בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday5 Adar 57812/17/2021

Report
דער פרייליך-דערהויבענער פורים איז אט דא:

קופת רבינו אבני חסד "מְשַׂמחִים" גרופעס גרייטן זיך צו פרייליך מאכן ביי אייך אין שטוב; איר גרייט זיך צו דערפרייען די היימישע מחותנים!!

צענדליגער משפחות זוכן א שמחה אין זייער פורים-סעודה: אן אבני חסד משמחים גרופע! – הונדערטער מחותנים קוקן ארויס אז יעדע סאטמאר'ע משפחה זאל זיך צוטיילן מיט א שטריימל $1400 !

היי יאר: מוזיק און טענץ וועלן אנהאלטן מוצש"ק, פורים המשולש

צו באשטעלן א גרופע רופט: 845.281.8338


כלל ישראל האט נארוואס אריינגעטרעטן אינעם חודש אדר שמרבין בו בשמחה, דער חודש וועלכע פארמאגט אין זיך די פרייליכע פורים טעג וועלכע ווערן יאר יערליך פייערליך געפראוועט בכל תפוצות ישראל באגלייט מיט אומצאליגע מצוות און צדקה וחסד.

אין די קארידארן פון קופת רבינו 'אבני חסד' קוקט מען ספעציעל ארויס אויפן יו"ט פורים, דער צייט ווען אנשי שלומינו קומען יאר יערליך אנטקעגן די נצרכי אנ"ש מיטן שטיצן די הייליגע קופה וואס שטעלט צו שטיצע בדרך כבוד פאר מחותנים מאנ"ש בעת שמחתם.
יאר יערליך איז די צייט ארום די ימי הפורים דער הויכפונקט פונעם יאר ווען עיניהם של עניים מאנ"ש זענען געוואנדן צו די נדבנים וועלכע נעמען אויף די חבורות 'משמחים' בעין יפה ורוח נדיבה, און מיט די ברייטהארציגע נדבה גיבט מען דעם ריכטיגן שטופ פאר די הנהלת הקופה וועלכע פונקציאנירן דורכאויסן גאנצן יאר אדאנק די ברייטע שטיצע וואס דער קופה געניסט צווישן ציבור אנ"ש ביום הפורים.

דער יום טוב פורים לויפט שוין היינט ביי אנשי שלומינו פאראלעל מיט די פרייליכע 'משמחים גרופעס' פון קופת רבינו 'אבני חסד', ווען די תלמידי הישיבה נוצן אויס דעם גאנצן פורים לטובת זייערע חברים און זייערע אייגענע עלטערן, ארומגייענדיג פון שטוב צו שטוב מיט די פרייליכע געטענץ אריינשלעפנדיג דעם גאנצן משפחה אין א אטמאספעהר פון שמחה צונויפגעפלאכטן מיטן מצות מתנות לאביונים אויפן הערכסטן און שענסטן סטאנדארט.


קופת רבינו 'אבני חסד' האט זיך שוין איינגעקויפט א שם טוב, זייענדיג דער קופה וואס שטעלט זיך ארויס צו העלפן אנשי שלומינו בעת שמחתם, ווען א באדייטענדע פראצענט מחותנים דארפן ליידער צוקומען צו פינאנציעלע הילף, און צו דעם קומט אפיר דער קאסע וואס איז נתייסד געווארן דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מיט די נויטיגע הילף, צושטעלנדיג ברייטהארציגע שטיצע פאר אלע נצרכי אנ"ש.

היי יאר רישט מען זיך אויף אן אויסשטעל וואס איז היבש אנדערש און אביסל מער קאמפליצירט ווי אין א געווענליכע יאר, צוליב וואס פורים געפאלט אין אן ערב שבת, דעריבער זענען די עסקני הקופה גאר שטארק אקטיוו מיטן אויסשטעלן די סקעדזשועלס פון די 'משמחים גרופעס' אויף א אופן וואס מען זאל קענען דעקן אלע יערליכע אדרעסן, אריינרעכענענדיג דאס ארומגיין מיט די גרופעס אויך מוצאי שב"ק ווען פילע משפחות פראווען דעם סעודת פורים.

צוליבן היי יאריגן אויסשטעל וואס פאדערט מער ארבעט מיטן אויסשטעלן דעם סדר היום פאר די צענדליגע 'משמחים גרופעס' קומען די עסקנים ארויס מיט א רוף צום ציבור אנ"ש אז מען זאל נישט ווארטן אויף די לעצטע מינוט, נאר אריינרופן באשטעלן א 'משמחים גרופע' וואס שנעלער, כדי מען זאל זיך קענען צושטעלן צו די צייט וואס איז די בעסטע פאר די חשובע נדבנים.

צו באשטעלן א גרופע רופט: 845.281.8338