בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

זונטאגה' סיון תשפ"ה6/1/2025

ווידיאו
שְׂאִי סָבִיב עֵינַיִךְ וּרְאִי כֻּלָּם נִקְבְּצוּ בָאוּ לָךְ בָּנַיִךְ מֵרָחוֹק יָבֹאוּ וּבְנֹתַיִךְ עַל צַד תֵּאָמַנָה

בנין הגדול והאדיר, תל תלפיות
בית המדרש הגדול דקרית יואל יצ"ו מיט אלע אירע סניפים און היכלים, 7 צוגעלייגטע גאלעריען, און די איבערגעפולטע פארברייטערטע היכלי עזרת נשים, פולקאם צוגעשטעלט און אויסגעלייגט פון וואנט צו וואנט מיט
'אריבער צעהן טויזענט זיצן בליעה"ר' לכבוד יו"ט, פאר די רבבות אלפי אנשי שלומינו ובית יעקב אלו הנשים, הבאים להסתופף בצל הקודש אויפן זמן מתן תורתינו הק'.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג נשא ערב שבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר בערל הכהן לאנדא הי"ו.
- ב"ר יואל וואלדמאן הי"ו.
- ב"ר יואל ראטענבערג הי"ו.
- ב"ר שלמה יוסף באש הי"ו.
- ב"ר קלמן אליעזר פרידלענדער הי"ו.
- ב"ר ישראל יוסף בנימין ראזענבוים הי"ו.
- ב"ר משה חיים צבי גוטמאן הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהכיתה הגדולה.

נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' משה ברוך שטערן הי"ו היושב ע"פ בנו ע"ה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
- החתן יעקב שמחה ב"ר יואל זאב שעהר הי"ו
- החתן חנני' יו"ט ליפא בהר"ר יצחק זאב גרינוואלד שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, און נאך מנחה געזאגט קדיש לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל הי"ד - אבד"ק וואלאווע. קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים נחום ווערצבערגער הי"ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און די געסט האבן שלום גענומען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"צ ר' זלמן יודא כהנא שליט"א מרבני קהלתינו הק' בית שמש.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר העניך טייטלבוים שליט"א (בית שמש) בן הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ירושלים שליט"א. מנוחה ושמחה: הרה"צ ר' זלמן יודא כהנא שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'בשעה שנתן הקב"ה תורה לישראל נתקנאו בהם אומה"ע' און געטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון תחומין.

קה אכסוף: הרה"ח ר' יואל ווייס הי"ו (ב"ב). ברכת המזון: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א רב דביהמ"ד קול אליהו.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי משה מ'ראזוואדוב זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג י' סיון.
קה רבון עלם: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א (מאנטשעסטער). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' שמואל ראטטער הי"ו (ירושלים). מען האט געענדיגט ארום 1:50.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יצחק זאב גרינוואלד שליט"א. דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת שחרית.

הוצאה והכנסה: הר"ר העניך טייטלבוים שליט"א. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יודא לייב ניימאן שליט"א (מאנסי).

עליות.
- כהן: ר' גדלי' ב"ר ברוך יודא דרעזדנער הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- לוי: הר"ר משה שמואל רובינפעלד שליט"א.
- שלישי: החתן חנני' יו"ט ליפא בהר"ר יצחק זאב גרינוואלד שליט"א - באווארפען.
- רביעי: החתן יעקב שמחה ב"ר יואל זאב שעהר הי"ו - באווארפען.
- חמישי: הרה"ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' יושע ב"ר אברהם גאלדבערגער הי"ו.
- ר' יואל ב"ר אשר יעקב עקשטיין הי"ו.
- ר' חיים מענדל ב"ר יואל קאהן הי"ו.
- ר' אליעזר ב"ר אשר אנשיל ווייזער הי"ו.
- ר' אברהם שאול ב"ר יצחק בערנאטה הי"ו.
- ר' משה ב"ר ירחמיאל זאב פריעד הי"ו.
- ר' יוסף מאיר בן הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א.
- ר' אהרן יוסף ב"ר ליפא פריעדמאן הי"ו.
- ר' משה דוד בן הרה"ג ר' יודא לייב ניימאן שליט"א.
- ר' יהוסף ב"ר חיים מנחם לאקס הי"ו.

- שביעי: הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א.
- הוספה הרה"ח ר' מענדל פראנקל הי"ו.
- אחרון: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו (לאנדאן).
- מפטיר: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' מנחם מנלי שעהר הי"ו.
- גלילה: ר' שמואל בר"י ראטטער הי"ו (בני ברק).

נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט פילע געסט וועלכע זענען געקומען אויף יו"ט שבועות בצל הקודש.

מוסף: הרה"ח ר' מענדל פראנקל הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם שלום ראזענצווייג הי"ו (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא ב"ר יואל יצחק לעוו הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:50.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:50.
- מנחה: הרה"ח ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו (וומסב''ג).
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל ווייס הי"ו (ב"ב).
- כהן: הרה"ח ר' צבי יואל פרייזלער הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הר"ר משה יודא וואזנער שליט"א (לאנדאן).
- שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' אברהם בער שפיטצער הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'מה ראו להתקרב יותר מן הכול סתם הקב"ה את פיהם ואמר הביאו שטר יוחסין שלכם כשם שמביאין בני" און געטייטשט אז 'תפילות אבות תקנום' ווען א איד שטעלט זיך מתפלל זיין העלפן צו די אבות הקדושים אז זיינע תפילות זאלן נתקבל ווערן, יעדער ביי די תפילות וואס ער האט מתקן געווען, יעצט איין טאג פאר שבועות האט מען נאך א שחרית מנחה און מעריב מתפלל זיין אתה חונן, והאר עינינו מעומק הלב און בזכות די אבות הקדושים ווארט עס נתקבל.

ידיד נפש: הרה"ח ר' שמואל חיים בראך הי"ו (ב"פ). קל מסתתר: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה כנהוג, און געציילט די לעצטע ספירה מיט גרויס התעוררות. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:10.

ארום 12:45 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרהח ר' חיים טאגער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וחתימת שטרות ווי הרה"ח ר' חיים הי"ו האט זיך אנגעשלאסן אין די 'בוני ירושלים' מיטן מנדב זיין א מיליאן דאלער פארן בנין אדיר ומפואר החדש דקהלתינו ומוסדותינו הק' בירושלים עיה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים לבית צאנז און גארליץ פון וועם ר' חיים הי"ו איז אן אייניקל, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגג' סיון תשפ"ה5/30/2025

באריכט
פרייטאג ערש''ק במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' לייב ברמ"ש פרענקל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' שלמה ב"ר יואל ברמ"א מאשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף רב טוב בהנהלת הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יוסף יעקב קאהן הי"ו.
- ב"ר יונה פריינד הי"ו.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל הי"ד - אבד"ק וואלאווע, וואס די היכל הביהמ"ד פונעם ישיבה איז נתנדב געווארן דורך רביה"ק בעל ברך משה זיע''א לע"נ חותנו בעל הילולא זצ"ל.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער מנהל שליט"א האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן א קוויטל כוללות פון די תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט שעות רציפות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אויפן רש"י אם שמוע בישן תשמע בחדש וואס מען דארף האלטן פאר די אויגן 'תשמע בישן' מ'דארף איבער'חזר'ן די לימודים און 'תשמע בחדש' לערנען נייע לימודים, און אז מ'וועט אזוי טוהן וועט מען זוכה זיין צו די השפעות קדושות וואס קומט אראפ יו"ט שבועות, און מסיים געווען בברכת קדשו. דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיטן לערנען שעות רציפות.

אין די נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען א טעלעפאנישער קאנפרענס בביתו נאוה קודש מיט'ן ניו יארק סטעיט גאווערנאר האקול, וואו דער רבי האט זיך הערצליך באדאנקט פאר די געוואלדיגע ארבעט וואס גאווערנער האקול האט אריין געלייגט ביים שטופן פאראויס און באשטעטיגן דעם אזוי-שווערער טויש אינעם חינוך געזעץ פון ניו יארק, וועלכע וועט האפנטליך אי"ה זיין דער הצלה-ברעט פאר אלע חרדישע מוסדות איבער ניו יארק סטעיט קעגן די גוזרי גזירת החינוך אינעם עדיוקעישן דעפארטמענט.

מוה"ר גדלי' סעגעדין הי"ו האט געעפנט דעם קאנפרענס קאל מיט עטליכע ווערטער ארויסברעגענדיג אז דער רבי געדענקט נאך ווי שווער ס'איז געווען פאר איר אראפ צו קומען בעפאר די וואלן און געבן דעם צוזאג וועגן דעם שווערן חינוך פראבלעם, ארויסטרעטנדיג קעגן אסאך מאכטפולע פאליטיקאנטן, און זי האט טאקע געהאלטן ווארט ביז'ן ענדגילטיג אונטערשרייבן דעם געזעץ.

די גאווערנאר האט זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א וואס האט געגעבן די מעגליכקייט צו העלפן דורך אזא נאנטע צוזאמענארבעט מיט די חרדישע עסקנים וועלכע האבן שווער געארבייט פארן חינוך בשליחת הקודש פון רבינו שליט"א די עטליכע יאר, ביז דער בודזשעט איז אריבער וואס האט געראטעוועט דעם מצב. און אזוי אויך מיט די אלע וואס העלפן כסדר אויף אלע סארט אנגעלעגנהייטן וואס איז גאר וויכטיג פאר די אידישע קאמיונעטי ווי סעיפטי, האוזינג געברויכן, באקעמפן אנטיסעמיטיזם, און סעיוון די וואוטשערס פאר עלטערן פון פרייוועט סקולס, א.א.וו.

דערנאך האט רבינו שליט"א זיך גאר שטארק באדאנקט פארן גאווערנאר בשם אלע אידן איבער ניו יארק סטעיט פארן ראטעווען דעם עדיוקעישן פונעם ערליכן אידענטום, און פאר אלעם וואס מ'טוט פאר די אידישע קאמיונטיס איבער גאנץ ניו יארק סטעיט, און עקסטערע פאר קרית יואל, דער רבי האט צוגעלייגט אז אידן זענען געבענטשט מיט די מדה פון הכרת הטוב און געדענקען ווער עס טוהט זיי א טובה און בלייבן שטענדיג דאנקבאר, און דאן געוואונטשן זי זאל האבן ווייטער הצלחה אויף אלע אירע וועגן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' נח לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יוסף דוב ראזענפעלד הי"ו.
- ב"ר אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו.
- ב"ר שמואל בנימין פאלקאוויטש הי"ו.
- ב"ר שלום אליעזר גאלדבערגער הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ד', און דערביי געזאגט דברי הכנה צום יו"ט שבועות און דערביי מעורר געווען זיך צוצושטעלן צום מנהג טוב פון לערנען צוויי שעה יום ב' דשבועות פארן דאווענען אזוי ווי די פארגאנגענע יארן, און דערנאך ארומגערעדט מיט ווייטאג איבער די שרעקליכע מצב אין וומסב''ג סיי ברוחניות און סיי בגשמיות ובפרט איבער די דירות פרייזן וואס איז עולה עד לרקיע וואס דאס ברענגט פולע פראבלעמען בגשמיות און ברוחניות, און דאס איז חוץ די אנדערע הויכע הוצאות וואס קומט צו קאנטרי /קעמפ וכו', און געבעטן אנשי שלומינו מחזק זיין די קינדער אז ס'איז געקומען דער זמן זיך אוועק צו רירן פון וומסב''ג, 'איכא דרכא אחרינא', מען קען לעבן אנדערש, און מ'דארף לעבן אנדערש, און מסיים געווען בברכות קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

פארנאכטס איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו לרגל שמחת סיום הש"ס, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 8:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ די וועד העירובין שע"י בית הוראה דקרית יואל אינאיינעם מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א ווי מען האט איבערגעגעבן די נייע פארענדיגטע מאפע פון די תחום שבת און עירובי תחומין פון איבער גאנץ קרית יואל וואס קומט ארויס לכבוד יו"ט שבועות, דער רבי האט איבערגעקוקט די מאפע א לענגערע צייט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א און הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א יו"ר וועד העירובין, איבער די פילע פעולות פון די וועד העירובין פאר די פילע עירובי תחומין אין אלע שכונות אין קר"י, און בפרט די נארוואס פארענדיגטע עירוב בשכונת פרי מגדים, אזוי אויך האט מען אויסגעשמועסט פארשידענע אקטועלע שאלות בנוגע יו"ט שבועות, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די חברי וועד העירובין שלא יצא מכשול במעשי ידיהם.

אויך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' משה הערש בראך הי"ו און ווערט אריינגעגעבן עש"ק אינעם המספיק רעזארט, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מנחם ישעי' לעווי הי"ו און הרה"ח ר' חיים אלי' צוויבל הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל אבד"ק וואלאווע.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגב' סיון תשפ"ה5/29/2025

באריכט
מיטוואך במדבר ר"ח סיון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף היכל התורה פון וומסב''ג בהנהלת הר"ר יודל שטאלצבערג שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שמואל מאיר הירש הי"ו.
- ב"ר יואל בר"ל ניישטאדט הי"ו.
- ב"ר ישראל העניך קרויס הי"ו.
- ב"ר פסח מארקאוויטש הי"ו.
- ב"ר ליפא פריעדמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור וסעודת ר"ח בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען בשירה וזמרה ניגוני ר"ח וניגוני יו"ט שבועות. מיט ברכו נפשו האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' מיכל ניימאן שליט"א ר"מ בישיבה.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק און געטייטשט אז די אידן האבן תשובה געטוהן ביי מתן תורה אויף די עצם עבירה און אויף די צייט וואס מען האט געקענט טוהן א מצוה, און דאס דארף מען האלטן פאר די אויגן יעצט פאר שבועות אויסצוניצן יעדע מינוט אויף לימוד התורה און מתפלל זיין והאר עינינו בתורתיך, און ממשיך געווען בדברי מוסר והדרכה בענין קדושת ושמירת עינים, אכטונג צו געבן אין די זומער טעג, בפרט אז מען וואוינט אין די שטאט וויליאמסבורג וואס איז זייער א אויסגעלאסנע גאס און מען דארף גרויס רחמי שמים ניצל צו ווערן און נזהר צו זיין מיט שמירת עינים, און געבעטן די בחורים אז ווער ס'האט שכל זאל זען ווי פריער צו פארלאזן די טריפה'נע גאס אין די שטאט תיכף נאך די ישיבה קטנה יארן און האבן א יאר ווייניגער נסיונות, וכל ה'קודם' זכה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט דער מנהל איבערגעגעבן פארן רבי'ן א קוויטל כוללות פון די תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט לימוד שעות רציפות.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער מנהל הר"ר יודל שטאלצבערג שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:30.

ארום 7:20 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול צו די שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך משפחת הרה"ח ר' יואל דאנציגער ע"ה, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און אנגעוואונטשן פאר די בני המשפחה.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ הנהלת בית האופה דקהלתינו הק' פון קר"י און וומסב''ג אינאיינעם מיט די דיינים המכשירים הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א און הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א ווי מען האט אויסגעשמועסט די פרטים פון די ווייץ פעלדער ווי מען גרייט זיך צו שניידן די ווייץ אין די קומענדיגע וואכן פאר חג המצות תשפ"ו, דער רבי איז איבערגעגאנגען אלע פרטים א לענגערע צייט און איבערגעגעבן הוראת קדשו און מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הר"ר משה יצחק בערנשטיין שליט"א און הרה"ח ר' לוי אהרן עסטרייכער הי"ו.
- הר"ר יואל ב"ר הערשל פריעדמאן שליט"א און הר"ר ליפא סאמעט שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךא' סיון תשפ"ה5/28/2025

באריכט
דינסטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' דוד וואלף עקשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף השיב משה בהנהלת הר"ר שלמה זלמן יאזשעף שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יצחק יושע קארנבלי הי"ו.
- ב"ר שלמה יודא פריעדמאן הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל המנהל הר"ר שלמה זלמן יאזשעף שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה המנהל שליט"א ובני משפחתו, פאר די בר מצוה בחורים, און פאר אלע רמ"י ותלמידי הישיבה, און דערנאך משמיע געווען דב"ק והכנה ליו"ט שבועות.

נאכמיטאג ארום 7:00 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון אלמנת הרה"ח ר' יואל דאנציגער ע"ה ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת דאנציגער לע"נ אביהם ע"ה און ווערט אריינגעגעבן היינט אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די אלמנה און די גאנצע משפחה.

דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:45 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ הנהלת התאחדות אברכים אינאיינעם מיט די הנהלת תורתך שעשועי לאדענען רבינו שליט''א צום היסטארישן סיום הש''ס י''ט סיון זונטאג שלח, מען האט אויסגעשמועסט וויאזוי עס איז אריבער די לעצטע 12 יאר זינט די התייסדות פון די חבורה, און די שמחה וואס הערשט ביי אנ''ש, דער רבי האט ארויסגעברענגט זיין גרויסע שמחה און געזאגט אז מען דארף זעהן נאך מענטשן זאלן זיך אנשליסן אין די חבורה אויף וואס הרה''ח ר' יצחק שווארץ הי''ו פטרון החבורה האט געזאגט אז ער איז גרייט צו ספאנסערן נאכאמאל אזויפיל מענטשן וואס זענען זיך גרייט אנצושליסן אין די חבורה און נעמען די בחינות, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די גאנצע הנהלה להגדיל תורה ולהאדירה, און פריוואט פארן פטרון הרה"ח ר' יצחק הי"ו.

אויך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם יודא אינדיג הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די גאנצע משפחה.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגכ"ט אייר תשפ"ה5/27/2025

באריכט
מאנטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. און ביים ליינען עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"א פסוק ח', און דערביי געזאגט דברי הכנה צום יו"ט שבועות זיך צוצוגרייטן מיט לימוד התורה און שעות רציפות.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ב"ר אברהם ישעי' ווייס הי"ו און הרה"ח ר' יודא פריעדמאן הי"ו.
- הר"ר הערשל קאהן שליט"א און הר"ר יצחק נח פערלמוטטער שליט"א (מאנטרעאל).

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית טשערנאבל, דערביי האט האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א איבערגעגעבן א גריס פון בית מדרשינו אויף די דזשיל גאס אין מאנסי וועלכע געפינט זיך אין זיין שכינות, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקודש פנימה ראשי קהלתינו הק' אינאיינעם מיט די ארגענעזירער פונעם גאר סוקסעספולן 'סאטמארק', ווי זיי האבן איבערגעגעבן א גריס פונעם ביזנעס טאג, דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח די גוטע גריסן וואס מען האט נאכגעהערט פונעם ביזנעס טאג און די ערנסטן איידעלן געשטעל מיט וואס עס איז צוגעגאנגען, און די שיינקייט פון אנ"ש וואס כאטש זיי פירן גרויסע ביזנעסער איז עס אבער מיט די גאנצע חסיד'ישע לבוש און חן, און ארומגערעדט ווי די פאליטיקאנטן באוואונדערן אז מען קען מצליח זיין און זיין גרויסע ביזנעסלייט און עשירים מיט אונזער ערליכע חינוך, די עסקנים האבן אויסגעשמועסט די ווייטערדיגע פלענער ארויסצוהעלפן בעלי מסחר פון קהלתינו הק' און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די עסקנים.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר שרגא גאנדל שליט"א.
- ב"ר שמואל מרדכי ישראל פיש הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר יושע צבי שווארץ הי"ו.
- ב"ר יצחק יקותיאל ביקעל הי"ו.
- ב"ר אלי' עזרא מיללער הי"ו.
- ב"ר אשר אנשיל ליכטנשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' בעריש פריעד הי"ו און הרה"ח ר' חיים ברד"א לאנדא הי"ו.
- הרה"ח ר' יואל ברש"ה פעלדמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה ברוך פאללאק הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"ז אייר תשפ"ה5/25/2025

באריכט
שב''ק פרשת בה"ב - מברכים חודש סיון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
קבלת שבת: הרה"ח ר' אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 10:20, עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר הצלת חינוך אין ענגלאנד. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון אלע סניפי ישיבות קטנות אין קר"י, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים קר"י.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף רב טוב. מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' ישראל געפילהויז שליט"א ראה"כ תפארת הלכה אנטווערפן.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וידבר ה' אל משה בהר סיני' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מודעא רבא לאורייתא.

קה אכסוף: הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א. ברכת המזון: הרה''ג ר' מאיר עמנואל האגער שליט"א רב דביהמ"ד ראצפערט בית שמש.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פונעם בעש"ט הקדוש זיע''א וואס די יארצייט געפאלט יו"ט שבועות.

קה רבון עלם: הרה"ג ר' נחום לאדינסקי שליט"א ר"י אור התורה לעיקוואד. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: נכד רבינו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו. דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים אלעזר שפיטצער הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א.

עליות.
- כהן: ר' שלמה ברז"ל גליק הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' יונה בערנאטה הי"ו.
- רביעי: הרה"ח ר' יצחק משה פראנקל הי"ו.
- חמישי: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- הר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א.
- ר' יעקב ברי"א קליין הי"ו.
- ר' אברהם יושע ברמ"א הערשקאוויטש הי"ו.
- ר' פנחס ארי' לאוב הי"ו.
- ר' שמואל דוד ברי"ע מארקאוויטש הי"ו.
- ר' משה ב"ר יואל ברי"א זילבערשטיין הי"ו.
- ר' מאיר הערש זאלדאן הי"ו.
- ר' יושע ב"ר יואל ברש"נ הירש הי"ו.
- ר' אברהם שמואל גליק הי"ו.

- שביעי: ר' זלמן לייב בר"א סימאן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- אחרון - חזק: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' מענדל פראנקל הי"ו.
- הגבה: הר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א.
- גלילה: ר' אברהם יושע הערשקאוויטש הי"ו.

נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות, און דערנאך צוגעגאנגען צו תפילת מוסף לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל אבד"ק וואלאווע וואס געפאלט עש"ק ג' סיון. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ישראל אלימלך קליין הי"ו (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר בר"ל הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' ישראל ברח"א שפיטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.

נאכמיטאג ארום 7:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו פרקי אבות. דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ה' משנה ג' 'עשרה נסיונות נתנסה אברהם אבינו ועמד בכולם' און געטייטשט אויף צען אופנים בדרך דרוש, אגדה, ומוסר, און צום סוף געזאגט דברי התעוררות צום יו"ט שבועות הבעל"ט זיך צוצוגרייטן מיט לימוד התורה און מיטן לימוד ספר הקדוש אור החיים פרשת קבלת התורה. און גערעדט בשבח פונעם 'קרן קרית יואל' להרחבת גבולי הקדושה בקר"י המורחבת, דער רבי האט זיך באדאנקט פאר די עסקנים פונעם קרן און געבעטן פון אלע אנ"ש ארויסצוהעלפן שאפן די גרויסע געלטער וואס עס קאסט.
אויך האט דער רבי גערעדט בשבח פון די חבורה סגולה וואס געבן זיך אפ מיט די אפיסעס אין שטאט.

דערנאך האט דער רבי מעורר געווען אז אזוי ווי מען האט שוין ב''ה געזעהן אז פארלייכטורנג אין די דירות אין קרית יואל, סיי ביים קויפן און אויך ביים דינגען, זאל מען יו''ט שבועות ווען עס קומען אסאך געסט אויך זיך רעכענען מיט יעדען און פארדינגען די דירות פאר נארמאלע פרייזן, ס' איז נישט קיין יושר מייקר צו זיין השער און רייסן גרויס געלט אויף צוויי דריי טעג יו"ט. ארום 8:40 האט דער רבי מסיים געווען בברכת קדשו, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:50.
- מנחה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל ברח"א שפיטצער הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
- לוי: הר"ר פרץ טובי' דייטש שליט"א.
- שלישי: הרה"ח ר' אברהם הערש קליין הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' ברוך יודא דרעזדנער הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' חיים אלעזר שפיטצער הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אם בחוקתי תלכו' און געטייטשט אז אויב איז מען נישט נזהר אין שמירת עינים איז נישטא קיין השפעה בגשמיות, נאר מיט טהרת המחשבה איז דא א השפעה און עשירות וכל מילי דמיטב.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו (וומסב''ג). דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

צו מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט די וואך פון זקינו הרה"ק וואלאווער רב זצ"ל. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:55.

ארום 12:00 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד ברך משה צו די קביעת המזוזה פונעם נייע צוגעבויטע חדרי תפילה 'חדרי יעקב ארי' נדבת הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו. דער רבי האט קובע געווען די מזוזה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין די נייע חדרי התפילה, דער רבי האט געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' גדלי' הי"ו איבער די הרחבת גבולי הקדושה פונעם ביהמ"ד און איבער די פילע שיעורי תורה וואס ווערט פארגעלערנט אין ביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר חדב"ן, פארן נדבן הרה"ח ר' גדלי' הי"ו, און פאר אלע עסקני ומתפללי הביהמ"ד, און משמיע געווען דב"ק איבער די שמחה פון הרחבת גבולי הקדושה אין א ביהמ"ד וואס איז נקראת על שמו פון מר אביו רביה"ק זיע''א וואס דאס איז א מצוה פון כיבוד אב און אנגעוואונטשן ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג