בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Reports

← Show all

Shabbos Kodesh13 Kislev 578512/14/2024

Report
פרייטאג ערש''ק וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה מויזקאפף הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שלמה יודא פריעדמאן הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר קלמן אליעזר לעווי הי"ו.
- ב"ר חיים יוסף לייב מארקאוויטש הי"ו.
- ב"ר מנחם יעקב קליין הי"ו.
- ב"ר חיים בערגער הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז', ווי דער רבי האט מעורר געווען די בחורים זיך צוצוגרייטן צום יו"ט חנוכה הבעל"ט מיטן לערנען חסידישע ספרים ובפרט ספה"ק קדושת לוי און מאכן מיט די א ריכטיגע הכנה. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן המשב"ק חנני' יו"ט ליפא ב"ר ישראל יעקב דייטש הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' זלמן לייב פאלקאוויטש הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
דערנאך ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים
- הרה"ח ר' יצחק אייזיק פאוועל הי"ו - הרה"ח ר' שמואל יודא שטיין הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' ישראל נחמי' שווארטץ הי"ו - הרה"ח ר' יוסף וועבער הי"ו, אין די זאלן פון קרן ויואל משה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה חברי 'וועד הכשרות קרית יואל' אין שפיץ פון הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א יו"ר הוועד, מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וואס האבן זיך געמאכט אין די לעצטערע תקופה און איבערגעגאנגען פארשידענע פלענער אויף ווייטער צו פארזיכערן אז אלע פראדוקטן וואס ווערן פארקויפט אין קר"י זענען אויסגעהאלטן בתכלית הכשרות און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים
- הרה"ח ר' משולם שמעי' פריעדמאן הי"ו - הרה"ח ר' ליפא ראזענפעלד הי"ו.
- הרה"ח ר' יעקב מרדכי בר"י טייטלבוים הי"ו - הרה"ח ר' חיים לייב מארקאוויטש הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

נאך מעריב איז דער רבי אריבער צו די שמחת החתונה פון החתן המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה און דערנאך געטאנצן מיטן חתן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן :
- לבן הנולד אצל ר' יואל נחמי' ראלניצקי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' ראובן אוריאל מאוואס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר דניאל דוד שטיינבערג שליט"א.
- ב"ר משה יעקב וועלץ הי"ו.
- ב"ר יואל ווערצבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברי"ד לאנדא הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברש"ז פאלאטשעק הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל בר"ש ראזענפעלד הי"ו - הרה"ח ר' יוסף מרדכי רובין הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות בקו''פ ווי הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראה"ק דקרית יואל האט אפגעקויפט א זכות אינעם בנין הת"ת שע"י מוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' משה שרגא פויגעל הי"ו - הר"ר יחזקאל שרגא ברי"א שטיין שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' עקיבא יונתן ווייס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד ישמח משה לרגל די שמחת ברית מילה ביי נכדו בן הנולד אצל הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וחתן הרה"ג ר' יושע רובין שליט"א אב"ד ראדאוויץ בן הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א וחתן האדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר ירמי' צבי ראטה הי"ו.
- ב"ר יואל ראטה הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד, רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
- מוהלות: האדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א.
- סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'יקותיאל יודא' נאכן עלטער זיידן הגה"צ אבד"ק סיגעיט זצ"ל.
נאכן ברית איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, און עס איז פארגעקומען א לחיים פאר די בר מצוה בחורים בחדר הפרטי.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד, ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה אבי הבן הרב יחזקאל שרגא שליט"א, און די זיידעס הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דעם מוהל האדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:30.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די יולדות.

נאכמיטאג ארום 4:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין שיכון סקווירא ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען במעמד החופה ביי די שמחת החתונה פון חתן כלה נכדי גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, דער רבי איז אנגעקומען ארום 5:20, נאך די חופה האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פאר מחותנו הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א און פאר די אנוועזנדע רבנים שליט"א.
דערנאך ארום 5:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 7:00 איז דער רבי צום ערשט אריבער אויף קביעת מזוזה אין וומסב''ג בבית דירתו וביהמ''ד החדש פון הרבני הנגיד הנכבד איש החסד ר' שלמה זלמן פעדער הי"ו מגדולי תומכי מוסדות רבינו די בכל אתר ואתר.
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און דערנאך זיך אומגעקוקט אינעם ביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' שלמה זלמן הי"ו ובניו משפחתו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ אב"ד איבראן שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס בעניני סופרות און איבער דעם נייעם מהודר'דיגן פעדער פון שטיין לכתיבת סת"ם און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב דוד פעלבערבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
- הרה"ח ר' אליעזר זוסיא סופר הי"ו - הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' משה דאנא הי"ו - הרה"ח ר' מרדכי יעקב סאאל הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יצחק אהרן ברייער הי"ו - הרה"ח ר' נפתלי יואל סופר הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד לייב גליק הי"ו - הרה"ח ר' פנחס מענדלאוויטש הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Monday8 Kislev 578512/9/2024

Report
זונטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' שלמה דוד שווארץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר פעלבערבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' דוד ברנ"ה וויינבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- תאומים בני ר' וואלף פאלאטשעק הי"ו.
- ב"ר יושע הערש גליק הי"ו.
- ב"ר משה אברהם צוויבל הי"ו.
- ב"ר יושע יצחק יודא מאשקאוויטש הי"ו.
- ב"ר שמואל מענדל פנחס באב"ד הי"ו.
- ב"ר משה הירש הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר העניך פריעד הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהכיתה הגדולה.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
- הרה"ח ר' שלמה קלמן פעלדמאן הי"ו (ב''פ) - הרה"ח ר' יצחק ענגלענדער הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יוסף יודא גוטמאן הי"ו - הרה"ח ר' יעקב וועבערמאן הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינעם שמועס איבער דעם קשר פון הגה''ק העצי חיים זיע''א מיט זקינו הגה"ק בעל לקט עני מקאסוב זצ"ל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה''ג ר' יואל מענדל אשכנזי שליט"א אב"ד אלעסק לינדן - הרה''ג ר' איתמר מייזליש שליט"א.
נאכן תנאים האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday7 Kislev 578512/8/2024

Report
שב''ק פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר דוד בר"מ עקשטיין שליט"א. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:35. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש.

ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש הר"ר אברהם קרויס שליט"א (לאנדאן), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יודא משה סעיד הי"ו (ארגענטינע).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ותאמר אסף אלקים את חרפתי' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.

קה אכסוף: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א. ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי אהרן מטשערנאביל זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג ח' כסלו.

קה רבון עלם: הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו שכונת זרע קודש. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.

דערנאך איז פארגעקומען דער שלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ. מען האט געענדיגט ארום 11:10.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' הערשל בידערמאן הי"ו (ב"פ). צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל מארקאוויטש הי"ו. פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א.

עליות:
- כהן: ר' יואל נחמי' ראלניצקי הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' ליפא ווערצבערגער הי"ו.
- שלישי: החתן המשב"ק חנני' יו"ט ליפא ב"ר ישראל יעקב דייטש הי"ו - באווארפען.
- רביעי: החתן דוד ב"ר אליעזר זוסיא סופר הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן הערשל ב"ר אהרן שמואל פוקס הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' יחיאל ארי' בידערמאן הי"ו.
- ר' אברהם יודא זאבעל הי"ו.
- ר' אברהם ברי"ע מארקאוויטש הי"ו.

- שביעי: החתן נחמי' צבי ב"ר חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו.
- אחרון: הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א מו"ץ.
- מפטיר: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפעל הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו.

מוסף: הרה"ג ר' הערשל גאלדבערגער שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יושע יודא גלאנץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:20.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:00.
מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו.
- כהן: הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' יצחק מאיר ווערצבערגער הי"ו (וומסב''ג).
- שלישי: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הר"ר אברהם קרויס שליט"א.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' יצחק שווארץ הי"ו (וומסב''ג). שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה ט אויפן פסוק 'ויקץ יעקב משנתו ויאמר אכן יש ה' במקום הזה' און געטייטשט אז יעדע מצוה וואס א איד טוהט און ח''ו אן עבירה קומט אן למעלה צום היכל ה' וואס איז קעגן מקום המקדש, און וועגן די עוונות איז געווען חורבן ביהמ''ק, און דורך דעם וואס מען איז זיך אין דעם מתבונן און מען היעט זיך אפ ווערט אויפגעבויעט דעם ביהמ''ק.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' אנטשיל ליכטענשטיין הי"ו (וומסב''ג).
- קל מסתתר: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו.
-דער רבי האט געבענטשט על הכוס. און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:15.

ארום 9:00 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו צו א מסיבת לחיים לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער אידישקייט אין סאוט אמעריקא, אין מאנטעווידעא און אין בראזיל, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו םאר א מסיבת לחיים לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פון אידישקייט אין פראנקרייך און אין דייטשלאנד במשך הדורות, און איבער דעם סדר פון כשרות הבשר אין די בראשית יארן אין אמעריקע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה.

דערנאך ארום 9:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ צו די דינער השנתי 'שלי' לטובת מוסדותינו הק' וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון עטרת חי'.

דער רבי איז אנגעקומען ארום 11:10 און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן. הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, און דער יושב ראש הרה"ח ר' משה אהרן פילאפף הי"ו האט אויסגערופן דער מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי''ו צו משמיע זיין די דבר המוסדות.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב"ק, נאך די דברי תורה האט דער רבי ארומגערעדט בשבח פון קהלתינו און מוסדותינו הק' אין ב"פ, און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה וואס ווערט נתרבה בכמות ובאיכות, צווישן אנדערע די פלענער פון בית מדרשינו 18'טע עוו. ביהמ"ד דברי יואל, און ביהמ"ד לב אהרן וועלכע האלטן אלע אינמיטן פארברייטערט / געבויעט ווערן, און אזוי אויך דער שטח פונעם בנין החדש פאר די בית רחל אויף 18'טע עוו. און דערנאך ממשיך געווען און מאריך געווען בפרטיות בשבח פון די דריי ישיבות קטנות פון מוסדותינו הק' ב"פ, און שטארק אויפגעפאדערט אנ''ש נישט אוועקצושיקן די בחורים לערנען אין פרעמדע ישיבות וואס דאס ברענגט שפעטער צו לערנען אין ארץ ישראל און מען קומט אהיים גאר אנדערש פון דארט בהשקפה און א קאלטקייט צו כל הקודש לנו און שטעלן אויף א שטוב אויף אנדערע יסודות ווי אבותינו ורבותינו הק' האבן אוועקגעשטעלט, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די הנהלת המוסדות און פארן גאנצן ציבור.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור, מען האט געענדיגט ארום 12:05.

נאכן דינער איז דער רבי אריבער אויף א קביעות מזוזה אין שטוב פון נכדו הרב מאיר אליעזר טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, געטרינקן לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר נכדו און פאר זיין שווער הרה"ג ר' יחיאל שרגא גרינפעלד שליט"א ראה"כ סעמיהאי.

ארום 12:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday5 Kislev 578512/6/2024

Report
פרייטאג ערש''ק ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל בער לעבאוויטש הי"ו (מאנסי), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יואל וויינגארטן הי"ו.
- ב"ר יודא יואל דייטש הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה ברא"מ איצקאוויטש הי"ו, בבית זקינו הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש, הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יואל ברי"צ פריינד הי"ו.
- ב"ר יואל ברא"ז פריעדמאן הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.

ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
- הרה"ח ר' אברהם יושע גפן הי"ו - הרה"ח ר' שמואל שמעון בערקאוויטש הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו - הרה"ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי נכדו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"ש פריעדלענדער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר מנחם משה גאלד הי"ו.
- ב"ר אברהם שימאן הי"ו.
- ב"ר יואל וויינשטאק הי"ו.
- ב"ר יואל פאוועל הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' פישל בר"ה כ"ץ הי"ו בביתו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, נאכן ברית האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני משפחתו.

דערנאך איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
- הרה"ח ר' שלמה קליין הי"ו - הרה"ח ר' יואל דוד דרעזדנער הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל בר"ר שווארטץ הי"ו - הרה"ח ר' שמעון אהרן כ"ץ הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 9:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הר"ר יצחק העללער שליט"א פון לעיקוואד אין באגלייטונג פון חברי וועד המקוואות שע"י בית הוראה דקהלתינו הק' ווי מען האט פארגעשטעלט פארן רבי'ן א נייע סארט פילטער פאר מקוואות, דער רבי האט איבערגעקוקט דעם מאשין א לענגערע צייט און באטראכט אלע חלקים ופרטי פרטים פון די מאשין, און אויסגעשמועסט אלע צדדים בהלכה, בהשקפה, און פראקטיק.

אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' ארי' לייבוש טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א וחתן הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בנו החתן וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך דינסטאג וישלח אין שיכון סקווירא, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30.

נאך מעריב איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד אבני צדק צום שמחת התנאים פון נכדתו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, עב''ג החתן הרב מרדכי זאב רובין שליט"א בן הגה"צ רבי יהושע שלום נתן רובין שליט"א אבד"ק גלאגוב, ביים אנגעקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די רבנים, עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים שליט"א, דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און דערנאך געליינט די תנאים, און דערנאך געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בעניני נישואין, און ממשיך געווען מיט עטליכע סיפורים בעניני נשואין פון די גרויסע זיידעס זיע''א פון וועם די חתן כלה זענען אייניקלעך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. מען האט פארענדיגט ארום 11:15, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' ליפא ברמ"א ניימאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יצחק זאב גרינוואלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יוסף דוד לאוב הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יואל הלל בערקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יואל ב"ר בנציון ווייס הי"ו.
- ב"ר יוסף פנחס קעניגסבערג הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

דאן איז דער רבי אראפ אויפן ערשטן שטאק ווי דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן נייעם צוגעבויעטן חלק צו קענען אקאמאדירן די ריבוי התלמידים, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בהלכות מזוזה און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פארן מנהל הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א און פאר די תלמידי הישיבה.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' סנדר גאלדבערגער הי"ו היושב ע"פ אשתו ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ ר' שלום ראטה שליט"א אב"ד אויסטריק אינאיינעם מיט גיסו הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך מתפללי ביהמ"ד אויסטריק אין וומסב''ג לע"נ אביו הגה"צ גאב"ד קארלסבורג זצ"ל, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' הערשל ראטענבערג שליט"א רב דחסידי גור בארה"ב, אינאיינעם מיט הגאון ר' ישראל משה אלעווסקי שליט"א ראש ישיבת גור בארה"ב בשליחות כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א מקבל זיין ברכות הקודש לרגל די חתונה פון אן אייניקל ביי האדמו"ר מגור שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' אליעזר הערש הורוויץ שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך אין לאנדאן, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך זענען אריין בקודש פנימה הנהלת ביהמ"ד ברך משה וומסב''ג אין שפיץ פון רבני הביהמ"ד: הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה''כ וומסב''ג, און הרה"ג ר' משה ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד, ווי זיי האבן אריבערגעברענגט 350 חתימות פון אנ"ש מתפללי הביהמ"ד מיט קבלות טובות בעניני טעכנאלאגיע ותפילה, לזכות ס'זאל נתרבה ווערן שידוכים, דער רבי האט אויסגעשמועסט די פרטים פונעם קאמפיין און ארויסגעברענגט די חשיבות פון די קבלות טובות און מאציל געווען ברכות לרוב. מ'זאל איבערגעבן פאר אלע מתפללי הביהמ"ד.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days