בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday4 Kislev 578512/5/2024

Report
דאנערשטאג פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה ברא"מ איצקאוויטש הי"ו, בבית זקינו הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש, הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יואל ברי"צ פריינד הי"ו.
- ב"ר יואל ברא"ז פריעדמאן הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.

ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
- הרה"ח ר' אברהם יושע גפן הי"ו - הרה"ח ר' שמואל שמעון בערקאוויטש הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו - הרה"ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי נכדו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️