ליל שמיני עצרת זמן שמחתינו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטלית שאולה, מעריב: הגה''צ דומ"ץ קהלתינו ב"פ שליט"א.
בערך 8:50 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן אתה הראת בהתלהבות אש קודש וואס האט נאכגעפאלגט מיט א הימלישע געשריי פון אלופי אלפי ישראל זקנים עם נערים, פתיחת הארון: הרה''ח ר' שמחה בונם קאפפל הי''ו.
מען האט אריינגעברענגט די ספרי תורה, דער רבי איז ארויף אויף די בימה און געזאגט דעם לשם יחוד און די משוררים האבן אהנגעהויבן צו זינגן דעם למנצח, בערך 9:10 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן צו טאנצן די געהויבענע הקפות.
ירוץ עבדך כמו איל, ישתחווה אל מול הדרך וואס האט אריינגעברענגט אין יעדן הארץ א שמחת התורה, תאיר ארץ מכבודך צו טאנצן און זיך פרייען לכבוד התורה ולכבוד נותן התורה
ביי די ערשטע הקפה האט מען מכבד געווען די צענדליגער געסט מארצינו הקדושה מיט א ספר תורה.
ביי די זיבעטע הקפה נאכן ארומטאנצן דעם ביהמ''ד בעוז ותעצומות איז רבינו שליט''א כדרכו בקודש ארויף אויף די בימה און ממשיך געווען מיט די ריקודין ביתר שאת וביתר עוז.
נאך די הקפות האט רבינו שליט''א געוואונטשן בצהלות פניו א גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט 11:50.
ארום 1:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום ערשה"ט בהיכל השלחנות. הגבהת הכוס לקידוש: נכד רבינו הרב דוד ט"ב בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הר''ר יצחק הורוויץ שליט''א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ביום השמיני עצרת תהיה לכם' און געטייטשט אז שמיני עצרת איז קעגן יעקב אבינו ווייל עס איז א יו''ט על שם העתיד.
ברכהמ''ז: נכדו הרב דוד ט"ב שליט''א. מען האט געענדיגט 2:40.
יום שמיני עצרת
שמיני עצרת אינדערפרי ארום 11:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו שחרית. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' אלעזר מענדל פילאפף שליט''א (וומסב''ג).
צו שחרית והלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען כרגיל, צו חזרת הש''ץ האט דער רבי צוגעשיקט הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן: הרה''ג ר' אברהם וואלף שנעבאלג שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג און הרה''ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהילתינו מאנסי, פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט''א דומ"ץ קהלתינו מאנטרעאל.
עליות. כהן: הרה''ח ר' יצחק זאב פילאפף הי''ו (וומסב"ג), לוי: הגה''צ אבד"ק מאנסי שליט''א, שלישי: הגה''צ אבד"ק וומסב''ג שליט''א, רביעי: הרה''ח ר' מאיר הירש הי"ו, חמישי: רבינו שליט''א.
נאכן רבינ'ס עליה האט דער משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו געמאכט א מי שברך בשם רבינו לכל בני קהילתינו לכל האורחים החשובים וכל אנ''ש די בכל אתר ואתר.
הגבה די ערשטע ספר: הרה''ח ר' משה אלי' וויינשטאק הי''ו (ב"פ), גלילה: הרה"ח ר' אברהם יואל לאפללער הי''ו (וומסב"ג), מפטיר: הרה''ח ר' יואל יודא רובינפעלד הי''ו (וומסב"ג), הגבה די צווייטע ספר: הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו (לאנדאן), גלילה: הרה''ח ר' חיים אברהם מאיר ווערצבערגער הי''ו (מאנטרעאל).
צוליב די גרויסע געדרענג ביים אריינקומען נאך יזכור איז דער רבי ארויסגעגאנגן אנצוטוהן דעם קיטל צו תפילת גשם נאך פאר יזכור.
ארום 1:55 איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די תפילה פאר גשם, און דערנאך געבענטשט גשם מיט גרויס התעוררות.
פתיחה צו גשם: הרה''ח הישיש ר' גדלי' יערמיאש הי''ו (ב''פ), צו קוה איז צו געגאנגען הרה''ח ר' יצחק ערענפעלד הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות הרה''ח ר' יצחק אייזיק וויזעל הי''ו (וומסב''ג).
נאך דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין די סוכה צו קידוש כנהוג, און האט טועם געווען פון די מאכלים 'קינדל' און 'נאנט'.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ביום השמיני עצרת תהיה לכם' יו''ט שמיני עצרת איז על שם העתיד, אפילו עס איז נאר דא א רצון לטוב העלפט שוין דער באשעפער און איז משפיע אלעס גוטן ווייל צום סוף וועל מיר יא זיין גוט.
מען האט געענדיגט 3:10.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות הרב יחזקאל שרגא רובין חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ביום השמיני עצרת תהיה לכם' און געטיישטש בדרך רמז אז דורך די שם יב''ק וועט מען זוכה זיין צו די ישועה לעתיד.
ברכהמ''ז הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
נאכמיטאג 6:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו מנחה בביתו נאוה קודש. בעל תפילה: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו.
נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ"ד הגדול צוליב די שטארקע רעגן, און איז באגלייט געווארן בשירה ובזמרה, דער רבי איז אריין דורך די קליינע סוכה בצד צפון און פון דארט אריין בריקודי קודש בשמחה של מצוה זיך צו געזעגענען פון די סוכה און ארומגעטאנצן דעם ביהמ"ד עטליכע מאל, דערנאך איז דער רבי ארויף אויף די בימה ווי מען האט ממשיך געווען בריקודין.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן חרוז 'הגלה נא' דורך דעים וואס מען גייט שמיני עצרת אין די סוכה ווען מען איז נישט מחיוב מן הדין איז מען אין הימל מקבל די גזירות פון די צדיקים און די תפילות פון אידישע קינדער לרחמים ולרצון.
מע האט געזינגען הגלה נא, דער רבי האט געזאגט ברגש די תפילה כשיוצאים מן הסוכה ובקול חוצב פארגעזאגט 'לשנה הבאה בירושלים'. און ביים ענדיגן געוואונטשן א גוט יו''ט לכל הקהל הקודש. מען האט געענדיגט בערך 7:40.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️