מוצש''ק הושענא רבה ביינאכט ארום 10:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו קריאת משנה תורה און געזאגט די תפילה פארן לייענען, בעל קורא: הר''ר יואל בר''ע הירש הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 12:00.
נאך א קורצע הפסקה איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור, לכבוד סעודת מלוה מלכה ואושפיזא דדוד מלכא משיחא, בסוכה הגדולה שע''י ביהמ"ד הגדול.
נאכן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צו די סעודת יו''ט. ביים לחיים זאגן נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן 'א גמר חתימה טובה א גוט געבענטשט יאר'. במשך דעם געהויבענעם טיש האט מען געזונגען ניגוני ימים נוראים בהתעוררות רב בשעת רבינו שליט''א האט פארגאסן טייכן טרערען.
מיט די שיר המעלות האט רבינו שליט''א מכבד געווען:
הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א רב דקהלתינו בלומינגראוו.
הר''ר נפתלי הורוויץ שליט''א (לאנדאן).
הר''ר יצחק הורוויץ שליט''א (לאנדאן).
הרה''ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו''ץ בקהלתינו.
הרה''ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי''ו (וומסב''ג).
הרה''ג ר' דוד פערל שליט''א מגי''ש בקהלתינו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה בקול חינוק בדמעות, אויפן פסוק 'שיר המעלות ממעמקים קראתיך ה' און געטייטשט אז ווען מען טוהט תשובה אפילו תשובה מיראה באקומט מען במתנה מן השמים צו קענען טוען תשובה מאהבה, און אזא טאג ווי הושענא רבה וואס איז ארי"ה שאג הערט יעדער איד דעם געשריי פון השי''ת און איז מעורר און ווארעמט דאס הארץ.
ברכהמ''ז: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א. מען האט געענדיגט 1:30.
נאכן טיש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ברוב עם צו אמירת תהילים. בעל תפילה: הרה''ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי''ו, ביי יעדן ספר האט מען געזאגט דעם יהי''ר להושענא רבה. מען האט געענדיגט 3:40.
הו''ר אינדערפרי אום 10:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף אינעם טלית, קאפל, קיטל און וועסטעל פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע"א.
רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו ברכות פסוקי דזמרה און שחרית און אויסגעלאזט בנוסח ימים נוראים, הלל הגדול און די שירה האט דער רבי געזאגט פסוק בפסוק.
ביי הלל האט רבינו שליט''א געפראוועט די עבודת הקודש ביי די נענועים בדביקות והתעוררות ובבכיות, וען דער גאנצער ציבור פון אלופי אלפי ישראל זינגן מיט די ניגוני קודש בדמעות שליש כנהוג.
נאך הלל האט משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו אראפגענומען די רינגעלעך פונעם לולב.
רבינו שליט''א האט אנגעהויבן די פייערדיגע 'דרשת הושענא רבה' מיטן משל הידוע פונעם הייליגן קדושת יו"ט זיע"א, וואס רבותינו הקדושים פלעגן זאגן, און מאריך געווען מיט שטורעמישע בכיות ודמעות, וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ביהמ''ד בבכיות נוראות.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען באריכות מיט געהויבענע בחינות און דברי התעוררות בבכיות לכבוד היום:
הושענא למענך אלוקינו: ווען מען שאצט א איד אפילו דעם שוואכסטן קעגן די גוים איז אויך מדות הדין מסכים און עס העלפט אפילו תשובה מיראה די זדונות זאלן ווערן זכיות, און דעם טאג אושפיזא דדוד איז מען מתפלל ממעמקים קראתיך ה' די תפילה פון דוד המלך אפילו מען געפינט זיך בעמקי הקליפות ה' שמעה בקולי, מען מאכט די נענועים הוליך ומביא צוריק צו ברענגן די אידן צו א התקרבות להשי"ת.
הושענא למענך בוראנו: מען משפט אין הימל יעדע דור לויט זיין מצב און אין דעם דור שפל קען מען נתקרב ווערן אפילו מיט א קליינע תשובה.
הושענא למענך גואלינו: די קליפות זענען מעכב תפילות ישראל און דורך מקוה איז מען מבטל זייער כח, חסידים ואנשי מעשה הולכים לאורו פונעם בעל שם הקדוש וואס זענען נזהר אין מקוה זענען ראוי עס זאל נתמלא ווערן כל משאלות לבם לטובה.
הושענא למענך דורשינו: בדרך דרוש, אז מיט דעים וואס די אידן זענען אין גלות זעט מען אז מען דרש'נט לויט'ן קרי, קומט אויס אפילו מען איז נאר עתיד זיך צו פירן גוט זענען די אידן שוין ראוי צו זיין עמו וצאן מרעיתו.
הושענא למען אמיתך: לויט די מעשים ווערט באשאפן א מלאך, נאר דורך די תורה, תורת אמת הלא כל דברי כאש מזיקין בדלין ממנו.
הושענא למען בריתך: זדונות ווערן זכיות נאר דורך תשובה מאהבה, ברית מילה איז א אות אהבה פון הקב''ה, און דורך דעם שיינט הקב''ה אריין א אהבה אין אידן.
הושענא למען גדלך ותפארתך: דער לולב בימין ואתרוג בשמאל כהלכה, און אזוי ווי די מנהג פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע"א אויך בשעת די הושענות, במילא איז דא צוויי מאל דעם שם יב''ק וואס איז ממתק די דינים און איז די מקור לכל הברכות והטובות, דער רבי האט מסיים געווען די דרשה מיט ברכות לרוב.
מען האט געענדיגט די דרשה בערך 2:35, און מ'האט אנגעהויבן מקיף צו זיין דעם ביהמ''ד, רבינו שליט"א האט פארגעזאגט די הושענות בהתעוררות ובבכיות, צווישן די הקפות האט געבלאזן שופר הגה''צ אבד"ק וומסב''ג שליט''א כנהוג, נאכן ארומגיין האט מען געזאגט די פיוטים, און נאך קדיש תתקבל האט דער רבי געקלאפט די הושענות 5 מאל און געזאגט דעם יהי''ר כנהוג.
הוצאה והכנסה ופסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' מרדכי לייב גליק הי''ו גבאי ביהמ"ד הגדול, כהן: הרב שמואל הערש כהנא שליט''א (מאנסי), לוי: הרה''ח ר' יודל ווערצבערגער הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' יצחק פרענקל הי''ו (מאנטרעאל), רביעי: רבינו שליט''א, הגבה: הרה''ג ר' יושע קליין שליט''א (מנה''ר ישיב''ק ירושלים) גלילה: הרה''ח ר' אברהם שלמה כ''ץ הי''ו (לאנדאן).
מוסף: הרב חיים האלבערשטאם שליט''א, די כהנים האבן געדוכענט.
נאך מוסף האט מען תיכף געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הרה''ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט''א דומ"ץ קהלתינו מאנטרעאל, מען האט געענדיגט 4:30.
עטליכע מינוט נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום טיש לכבוד היום אין די סוכה הגדולה און געזאגט דעם סדר האושפיזין, די בעלי אושפיזא האבן געברענגט מעדנים, מיט די זופ האט מען אויפגעגעבן קרעפלעך כנהוג. און מ'האט געזונגען ניגוני יו''ט.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הר''ר יואל קרויס שליט''א בן הגה''צ ר' שמואל בנימין שליט''א (לאנדאן). ברכהמ''ז: הרה''ג ר' עזרא משה כאירה שליט''א מו"ץ קהלתינו וומסב''ג, מען האט געענדיגט 5:20.
תיכף נאכן טיש איז דער רבי געגאנגען אין מקוה לטהר עצמו ברגל לכבוד יו"ט.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️