בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךג' תשרי תשפ"ג9/28/2022

באריכט
יום תרועה יהיה לכם 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

נאכן עלות איז דער רבי געגאנגן אין מקוה און דערנאך צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

דעם ערשטן טאג יו"ט אינדערפרי ביי עטיפת הטלית איז געליגן אויפן טיש די טלית פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א וואס דער רבי טוהט אן ביי מוסף.

ארום 8:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד.
רבינו שליט''א האט אפגעראכטן זיינע הייליגע תפילות בבכיות נוראות. דער קול בוכים פון רבין האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ"ד ביי די תפילות, ובפרט ביי 'שיר המעלות ממעמקים' און ביים פיוט 'יראתי בפצותי'. עס האט אויפגעציטערט די הערצער פון די טויזענטער מתפללים.

פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראשי מבצר הכוללים, שחרית: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, מען האט געענדיגט שחרית ארום 11:30.

נאך א קורצע הפסקה איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אהנגעטוהן מיטן קיטל און זילבערנע קאפל. הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הרה"ג ר' נפתלי בראדי שליט"א (בני ברק) און הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א בן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט''א מו''ץ בקהלתינו.

רבינו שליט"א איז געווען דער בעל קורא, און געליינט בהתעוררות רב.
עליות. כהן: הרה''צ ר' יצחק צבי ווייס שליט''א אב"ד איהעל ב"פ, לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו, שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, רביעי: הרה''ג ר' וואלף בראווער שליט''א, חמישי: רבינו שליט"א, הגבה דעם ערשטע ספר: הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שמעון ישראל כהנא הי"ו (מאנטרעאל).
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' ברוך מרדכי אויבערלענדער הי''ו (מאנטרעאל) גלילה: הרה"ח ר' שמואל דוד פרידריך הי"ו. מען האט געענדיגט 12:00.

עס איז געווען פּאָזע. רבינו שליט"א איז געגאנגען אין מקוה, און אהיים געגאנגען לביתו נאוה קודש.

ארום 1:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית, קאפל און אינעם קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, און אונטער דעם קיטל א ווייסן קאפטן.
רבינו שליט''א איז ארויף אויפן ארון קודש און געזאגט א שטילע תפילה, און אנגעהויבן די פייערדיגע תקיעת שופר דרשה אויפן פסוק 'יום תרועה יהיה לכם' א איד קען טוען אסאך מצוות און מעשים טובים, און מיט איין עבירה חלילה קענען די חיצונים אלעס אוועקכאפן, איין זאך קענען זיי נישט צונעמען דאס איז לימוד התורה, אבער אונז בעט מיר פון הקב''ה וואס איז שומר משמרתו של תורה, ער זאל מקיים זיין מצוות השבת אבידה מיט די פארלוירענע מצוות, אבער די שיטות הרמב''ם איז אז א זקן ואינו לפי כבודו איז עס לפנים משורת הדין, אבער אויב פירט מען זיך לפנים משורת הדין וועט זיך הקב''ה אויך אזוי פירן און משיב זיין די אבידה, און דאס איז די תקיעת דמעומד וואס איז לפנים משורת הדין, אז מען ניצט אויס די צייט בהורהורי תשובה קען מען אלעס מתקן זיין, צרכי עמך ישראל מרובים אידן קיקן ארויס אויף א גוט יאר, אידישע קינדער דארפן געהאלפן ווערן מיט ישועות ורפואות דער קומענדיגער יאר איז מסוגל לרפואת הגוף והנפש, מען טרעט אריין אין יאר תשפ''ג 'תשפ''ג' איז בגימטריא 'והעלה רפואה שלימה' אידן דארפן האבן רפואת הגוף און נאכמער אין רפואת הנפש, און מסיים געווען בברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 1:45.
נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, דערנאך איז פאהרגעקומען דער ברית ביי בן הנולד אצל ר' אפרים פרידריך הי"ו.

דערנאך איז רבינו שליט"א ארויף אויפן בימה, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה''ג ר' שמואל אליעזר טייטלבוים שליט"א (ב''פ), הר"ר אהרן שפיצער הי"ו.
רבינו שליט''א האט אנגעהויבן למנצח און דערנאך פארגעזאגט מן המצר, און געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב. בעל מקרא איז געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.

רבינו שליט''א צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, און אנגעהויבן קדיש ארום 2:25.

רבינו שליט"א האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה. בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד איז געווען הגה"צ ר' שלמה זאבעל שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית דוב.

גשים מול ארון הקודש באימה, ועמך מסביבים אותם כחומה, מיטצוהאלטן די עבודת הקודש באימה וביראה בהתעוררות וברגש קודש ביי תפילת מוסף ובפרט ביי די פסוקי מלכיות וזכרונות, עיני עמך תליות ועינים לך מיחלות

מיט די פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו, משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו, משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו, הרה''ח ר' יצחק משה פרענקל הי''ו.
הרה"ח ר' וואלף גליק הי"ו, און הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו זענען מכובד געווארן אויפהייבן דער רבי'ן ביי כורעים.
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערעהנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' מרדכי ניסן גרינוואלד הי''ו.

תיכף נאך מוסף האט מען געדאווענט מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' אהרן שפיצער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:00.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען צו זינגען די זמירות נכדו הב' יואל בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.

רבינו שליט''א האט האט געזאגט תורה אויפן פסוק אשרי העם יודעי תרועה און געטייטשט אז מיט'ן כח פון אמונה איז מען זוכה צו תשובה.

ברכהמ''ז הרה''ח ר' משה פאלקאוויטש הי''ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 872