בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךג' תשרי תשפ"ג9/28/2022

באריכט
'תחל שנה וברכותיה'

יו"ט ראש השנה תשפ''ג בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בקרית יואל.


זונטאג ערב יו"ט ארום 5:20 פארטאגס איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות 'זכור ברית' בביהמ''ד הגדול.
רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה בהתעוררות רב מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א מאוצרו פון הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו.
מיט די פתיחות זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו און הרה"ח ר' יעקב פארגעס הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 7:40, און דער רבי איז אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש.

ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר ישראל צאהלער הי"ו.
ב"ר יואל ברב"מ מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר חיים לאנדא הי"ו.
ב"ר חיים ניישטאדט הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט די פופצן קאפיטלעך תהילים און מסיים געווען כנהוג בחודש אלול.
נאכן אויסטוהן די תפילין האט רבינו שליט''א געמאכט התרת נדרים פאר א מנין און געזאגט די מסירות מודעה, און דערנאך געזאגט פארן בי"ד דעם נוסח פון פרוזבול.

ליל יו"ט פארנאכטס ארום 7:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה בתעוררות רב, און דערנאך האט מען געזאגט דעם פיוט 'אחות קטנה' כנהוג.
נאך מנחה איז פארגעקומען דער יערליכער אפיעל פארן 'מבצר הכוללים', עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הכוללים הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א.
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד צו מערבית, און נאכן דאווענען פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א ארויף אויפן ארון הקודש צום 'ברכות הקודש' און געזאגט תורה אויפן פסוק 'ישא ברכה מאת ה'', עס איז דא א ברכה פרטית און א ברכה כללית, הקב''ה קען משפיע זיין מיט א ברכה כללית פאר יעדן וואס ער פרעזענליך דארף, וואס א בשר ודם קען עס נישט טוען, דאס ווערט נשפע דורכ'ן שם הוי''ה, אינעם שופר איז מרומז דעם שם הוי''ה און איז משפיע פאר יעדעם פערזענליך א ברכת כללית וברכת פרטית, און געוואונטשן א ברכה פאר יעדן בפרטית 'לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום' א גוט געבענטשט יאר פאר אלע אידן בכל מקום שהם, און מסיים געווען בברכות לרוב. ויענו כל העם אמן ולעומתו ברוך יאמרו, האבן די אלפי ישראל צוריקגעוואונטשן פארן רבי'ן לשנה טובה ואף הוא ענה כנגד המברכים אמן, און געוואנטשן א גוט יו''ט.

נאכן אראפגיין האט רבינו שליט"א עקסטער געוואונטשן לשנה טובה פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און דערנאך איז דער רבי אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש.

ארום 11:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות, הגבהת הכוס לקידוש: נכד רבינו הרב דוד בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
נאך קידוש האט רבינו שליט"א אויפגעשניטן די חלה מיט א נייעם מעסער און איינגעטונקען די מוציא אין האניג דבש חי, און דערנאך געמאכט א ברכת העץ אויף עפל, איינגעטונקען אין האניג און געזאגט דעם יהי"ר שתתחדש עלינו שנה טובה ומתיקה, און פארטיילט שריים פון עפל פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען אריינגעברענגט א ראש כבש, דער רבי האט געזאגט דעם יהי"ר שנהיה לראש ולא לזנב און טועם געווען, און זיך געוואשן די הענט און געטרינקן לחיים, נאך די פלייש האט מען אריינגעברענגט זיסע מייערן.

מיט די זמירות לדוד מזמור האט רבינו שליט"א מכבד געווען הר''ר מענדל בן הר''ר אלי' גראס שליט''א (ב"פ).

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ישא ברכה מאת ה'' און געטייטשט בדרך דרוש צו מען דרש'נט את, און מסיים געווען מיט ברכות ס'זאל נשפע ווערן פרנסה פאר אידישע קינדער.

ברכהמ"ז: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט''א, מען האט געענדיגט 12:40.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 872