מאנטאג פרשת נצבים ב' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א ראש ישיבה גדולה שיעור ד'. מען האט געענדיגט ארום 6:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב יאזשעף הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב שטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר משה מארקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אזוי אויך זענען אריין בקו'''פ בחדרו הפרטי תלמידי ישיבתינו הק' ישיבה קטנה 'דרכי התורה' במאנסי בהנהלת הרה''ג ר' שאול יחזקאל פערלשטיין שליט"א, ווי זיי האבן זיך געשטעלט אויפן פארהער אויף מסכת גיטין בע"פ, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט מיט א קענטיגע קורת רוח, און דערנאך פארטיילט כתבים פאר די בחורים, ומאציל געווען מברכות קדשו.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 5:45 נאכמיטאג ביז אום 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו'''פ כ''ק אדמו"ר מאמשינוב ארה"ב שליט"א מקבל זיין ברכות הקודש לרגל דאס זיך אריבערציען קיין ארה"ב, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו לקראת השנה החדשה, להיכתב ולהיחתם בספרן של צדיקים לאלתר לחיים טובים.
אים 11:45 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️