זונטאג פרשת נצבים א' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 5:20 פארטאגס איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות בביהמ"ד הגדול.
דער ביהמ"ד הגדול מיט אלע אירע היכלים און קארידארן זענען געווען איבערגעפילט מלא על כל גדותיו.
רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה בהתעוררות רב, מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א, מאוצרו פון הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו, און פארגעזאגט אין א סליחות פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א, מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים פאלקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר יעקב שלום הכהן טרעגער הי"ו.
ב"ר יואל פרידריך הי"ו.
ב"ר משה מתתי' מערץ הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 5:45 נאכמיטאג ביז אום 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט"א האט געדאווענט מנחה ארום 7:40 און תפילת מעריב ארום 10:45 בביתו נאוה קודש, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️