בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגב' אלול תשפ"ב8/29/2022

באריכט
זונטאג פרשת שופטים ב' דר"ח אלול 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל חיים משה מיללער הי"ו.
ב"ר יחזקאל משולם גלויבער הי"ו.
ב"ר שמואל אפרים גאלד הי"ו.

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צום עמוד צו הלל. לדוד ה' אורי האט מען געזאגט תיכף נאך שחרית. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען רביעי. נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א געבלאזן שופר, און ביי תהילים געזאגט 10 קאפיטלעך כנהוג בימי אלול. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 4:15 איז דער רבי ארויס געפארן קיין קרית ויואל משה אין מאנטיסעלא צו די הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן בביהמ''ד הגדול 'זכרון יחיאל מיכל'. דער רבי איז געקומען צו פארן לכבודו פונעם נדבן הס"ת הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו.
דער רבי איז אהנגעקומען בערך 5:00 אזייגער, דער רבי האט קודם געדאווענט מנחה אין איינס פון די חדרי התפילה פונעם ביהמ"ד, דערנאך איז דער רבי אריין אין היכל הביהמ"ד און איבערגענומען די ס''ת פונעם נדבן און אפגעראכטן א לענגערע צייט די ריקודי קודש בהתלהבות אש, און אויך מכבד געווען צו טאנצן דעם נדבן הרה"ח ר' יצחק זאב הי"ו, דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
נאך קדיש איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ הקרי'. דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן חשובן נדבן וכל משפחתו בברכת התורה, און משמיע געווען קורצע דברות קודש פארן ציבור, זיך שטעלנדיג אויפן פסוק אין די סדרה 'תכין לך הדרך ושלשת', און ארומגערעדט בשבח המקום ביהמ"ד המפואר זכרון יחיאל מיכל, וואס איז א תל תלפיות, פון ווי עס גייט ארויס אזויפיל תורה, עבודה וגמילת חסדים, און מסיים געווען בברכה מען האט געענדיגט ארום 6:10.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים.
הר"ר שרגא גאנדל שליט''א - ר' יונה דוד פערל הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' אהרן וויינשטאק הי"ו - ר' יעקב הערש פערל הי"ו, באולם קרן ויואל משה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 7:45 ביז אום 11:30 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענגע מחותנים.
הר''ר יונה גוטמאן הי"ו - ר' יואל ברד"ל האלפערט הי"ו.
ר' שמעון מאסרי הי"ו - ר' יואל בר"י מזרחי הי"ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 880