בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגא' אלול תשפ"ב8/28/2022

באריכט
שב"ק פרשת ראה א' דר''ח אלול 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' יושע גליק הי''ו (מאנסי).

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:40. דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין לחדרו הפרטי.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ח ר' פסח עקשטיין הי''ו (ירושלים).

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען, די אייניקליך בני הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, כל מקדש: הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א, מנוחה ושמחה: הרב אברהם רוקח שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ראה אנכי נותן היום" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דרשינן טעמא דקרא.

קה אכסוף: הרב חיים שלמה הורוויץ שליט''א חתן אב''ד סיגוט שליט''א, ברכהמ"ז: הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א חתן אב''ד סיגוט שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הגה"ק מרן הייטב לב זיע"א, וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג ו' אלול. קה רבון עלם: הרב הגאון ר' יואל שווארץ שליט''א דומ"ץ בית מדרשינו בנין געלבשטיין וומסב''ג.

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' מענדל מאיר מיטעלמאן שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג. מען האט געענדיגט ארום 12:55.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:40. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' שרגא גאנדעל שליט''א, וכרות האט רבינו שליט''א געזאגט פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית והלל.

הוצאה והכנסה: נכדי רבינו הרב אברהם רוקח שליט''א און הרב חיים שלמה הורוויץ שליט''א, פסוקי שמע ישראל: הרב הגאון ר' יואל שווארץ שליט''א.

עליות. כהן: החתן ב''ר ישראל לייב כהן הי''ו - באווארפן, לוי: ר' אברהם פרענקל הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, שלישי: החתן בן הר''ר שרגא גאנדעל שליט''א - באווארפן, רביעי: ר' דוב לעבאוויטש הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, חמישי: ר' יואל אלטר גאלדשטיין הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' יואל בר''א אקער הי''ו.

שביעי: ר' מרדכי יצחק גפן הי''ו (וומסב''ג), אחרון: הר''ר יואל ווייס שליט''א (ב''פ) בן האדמו''ר מהארדענקא שליט''א, מפטיר וקריאת ר''ח: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו, הגבה: הרה''ח ר' אשר אנטשיל גאנדעל הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' פנחס אלי' ברוין הי''ו (וומסב''ג).

צו מוסף איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען לכבוד שבת ר''ח ולרגל די הילולא קדישא פונעם יטב לב זיע"א דעם וואך, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים שלמה פיש הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי יצחק גפן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט 1:20.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט מען אריינגעברענגט א עקסטערע קוגל לכבוד שבת ר''ח, מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען נכדו הב' יואל בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, ברכהמ''ז: נכדו הרב אברהם רוקח שליט''א.
נאכמיטאג ארום 6:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו פרקי אבות, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ה' משנה ז' 'שבעה דברים בחכם על ראשון ראשון, ועל מה שלא שמע אומר לא שמעתי', און געטיישטש אויף 15 אופנים בדרך דרוש אגדה ומוסר, ביים סוף האט רבינו שליט''א ארויסגעברענגט בשבח פון תושבי קרית יואל וואס האט נאך די השפעה פון רביה''ק מייסד הקרי' זיע"א און אזויפיל טויזענטער פרויען זענען זיך צוזאמגעקומען הערן און מקבל זיין, אזוי אויך בעניני טעכנעלאגיע אפילו ווי עס איז נישט אסור האלט מען זיך צוריק מכל וכל, און מסיים געווען בדברי הכנה צו די הייליגע טעג אז אויב מען וועט אויסניצן אלע שעות פונעם חודש בתשובה ותיקון המעשים וועט מען ניצל ווערן מכל צרה וצוקה. מען האט געענדיגט ארום 7:55 און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 8:10. מנחה: ר' אלי' ברח''א שפיצער הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם סאלינסקי הי"ו (וומסב''ג), כהן: הרה''ח ר' זושא הכהן רובין הי''ו (וומסב''ג), לוי: הרה''ח ר' עקיבא הירש הי''ו (וומסב''ג), שלישי: הגה''צ רבי יואל שליט''א רב דביהמ''ד בית ברוך, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' יודל וויטריאל הי''ו (אנטוורפען).

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן הי"ו (ב''פ).

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'ראה אנכי נותן לפניכם' און געטיישטש אז ווען מען טיט תשובה קען מען נאר תשובה טוען אויף וואס מען געדענקט און נישט אויף די נשכחות, אויב פירט מען זיך בחסד ורחמים ווייזט מען אז מען איז חושש אויף קיום העולם, כביכול איז הקב''ה אויך חושש אויף קיום העולם און איז מוחל אויך דאס וואס מכן געדענקט שוין נישט, נאך מער הקב''ה וואס איז זוכר כל הנשכחות געדענקט יא אלעס, כדאי אויב מען איז זוכה ווערט אלע זדונות זכיות.

ידיד נפש: הרה''ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי''ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה''ח ר' זושא רובין הי''ו. רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

צו מעריב מוצ"ש איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא פונעם יטב לב זיע"א דעם וואך. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 10:35.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️