בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגח' תמוז תשפ"ב7/7/2022

באריכט
מיטוואך פרשת חקת 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ז'.

פארמיטאג איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הרה''צ ר' ברוך הורוויץ שליט"א דומ"ץ מעליץ מקבל זיין ברכות קדשו לרגל די חתונה פון א אייניקל וואס איז פארגעקומען היינט אין קרית יואל, דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

שפעטער איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' יחזקאל פערל הי''ו - ר' מרדכי קאהן הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' שלמה שבתי פישער הי''ו - ר' ישראל אברהם הערשקאוויטש הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יחזקאל פריעדמאן הי''ו לרפו"ש ומשפחתו ע"פ אשתו /אמם ע"ה.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 12:20 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאווה קודש פון די פאלגענגע מחותנים הר''ר יו"ט לעווי שליט''א - הרה''ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט''א.
נאכן תנאים לייענען האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארענט פון ביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מסקאליע 18 שליט"א מקבל זיין ברכות קדשו לרגל די חתונה פון א אייניקל וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך אין קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגים פון קידוש לבנה, און פארשידענע סיפורים פון רבותיה''ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיע''א, ער האט געגעבן א מתנה פארן רבי'ן א ספר פרדס הקודש - שירה חדשה, און דער רבי האט אים געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן - במדבר, און האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און דערנאך אנגעווינטשן פארן חתן.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:20 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️