בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגח' תמוז תשפ"ב7/7/2022

באריכט
דינסטאג פרשת חקת 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד לר' יואל מרדכי שעהר הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד לר' יושע ראטה הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבנין התלמוד תורה ווידער פאלאטשעק אויף די רימונוב גאס, אינאיינעם מיט כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א. ביים אנקומען איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד ווי די קינדער האבן געלערענט, דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח און פארהערט עטליכע קינדער.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים פאר די תלמידי כתות ג' ד' ה' סניף הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק והדרכה און מסיים געווען בברכות קדשו.

דערנאך איז דער רבי אראפ צו די כתות א' ב' סניף הר"ר יואל אקער שליט"א, די קינדער האבן געזינגען א ניגון און דער רבי האט משמיע געווען קורצע דב"ק וברכה.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

ארום 7:15 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה, ביים אנקומען האט דער רבי מנחם אבל געווען בבית ר' יוסף דוד באנדא הי''ו. ע"פ אשתו /אמם ע"ה.

ארום 8:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 12:00 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו"פ הרב הגאון ר' יואל שווארטץ שליט''א דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין דקהלתינו הק' אין וומסב"ג, נעמען א הסכמה אויפן נייעם ספר בשבילי הלכה חלק ו' דיני חול המועד, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע הלכה'דיגע שמועס בעניני ודיני חול המועד, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 10:45 בביתו נאוה קודש און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 884