דינסטאג פרשת במדבר ר''ח סיון 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה 'סניף השיב משה' בהנהלת הרה''ג ר' שמעון אברהם ראטה שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים צבי לעווי הי''ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן בר מצוה בחור, פאר די רמ''י הישיבה און אלע בחורים, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש בעניני הכנה ליו"ט שבועות, ובתו''ד מעורר געווען די בחורים זיך משתתף זיין ביים מעמד לימוד שעות רציפות דעם צווייטן טאג שבועות פארן דאווענען אלץ א ריכטיגע הכנה צו קבלת התורה און צום אהבה רבה, און צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי ארויף צום ביהמ"ד פון די תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה ווי די בחורים זענען געזעצן און געלערנט, דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די בחורים און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח.
מיטאג ארום 1:30 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאל בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט געפראוועט א סעודת ר"ח אינאיינעם מיט רבני ולומדי כוללינו 'כולל דברי יואל' פון בארא פארק.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני ר"ח און ניגוני יו"ט שבועות, נאך די זופ האט נכד רבינו הרב הערשל מייזליש שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט"א חדב''ן, פארגעלייגט שאלות אין פארשידענע ענינים וואס איז נוגע פאר די כולל אינגעלייט, אויף וואס רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת א לענגערע צייט. מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' חיים משה לעוו שליט"א מראה"כ,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש צום ערשט א לענגערע דרוש ופלפול בעניני חג השבועות, און דערנאך ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די כולל אינגעלייט און בעניני הכנה לחג השבועות הבעל"ט.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' אלעזר ניסן שטראהלי שליט"א ראה"כ ודומ"ץ בית מדרשינו 36סט. מען האט געענדיגט ארום 3:15.
נאכמיטאג ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. און דערנאך אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת המנוח הרה"ח ר' אליעזר שאול גלאנצער ע"ה.
פון דארט איז רבינו שליט"א אריבער בבית הרבני החסיד ר' הערשל קאהן הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וסיום כתיבת ס"ת וואס וועט אריינגעגעבן ווערן בבית מדרשינו בית מנחם צבי דקהל יטב לב אין וומסב"ג, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, און און דערנאך געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' הערשל און די גאנצע משפחה.
דערנאך האט זיך רבינו שליט''א משתתף געווען ביים סיום מסכת כתובות במסגרת חבורת יסודי התורה פאר לומדי החבורה בבית מדרשינו ברך משה בוומסב''ג, באולם לא שאטאו. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש איבער די גרויסקייט פון לימוד התורה, און ארויסגעברענגט אז מאכן א סיום מסכת פאר שבועות איז א ריכטיגע הכנה צו קבלת התורה, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:45 ביז אום 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש בוומסב''ג. דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און נאך מעריב צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️