בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday2 Sivan 57826/1/2022

Report
מאנטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' ישראל מאיר פעלדמאן הי''ו בבית חמיו הרה"ח ר' בנציון קליין הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. ביים אנקומען אין ישיבה איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א קורת רוח ביים שיעור פונעם ר"י הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון הרה"ק ר' מאיר'ל מ'פרעמישלאן זי"ע. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדהל"ק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די ראשי ישיבה און פאר אלע בחורים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט משמיע געווען דברי חיזוק פאר די בחורים און ווארעם אנגעווינטשן שידוכים במהרה פאר אלע בחורים, דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט פונעם בעל ההילולא הרה"ק ר' מאיר'ל פרעמישלאנער זי"ע, און איבערן מצב און פרעמישלאן - אוקריינע, דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח די פעולות פון הרה''ג ר' ישראל הערש רייך שליט''א מרמ"י הישיבה וועלכע שטייט בראש פונעם הכנסת אורחים אין שטאט פרעמישלאן, און ווארעם אנגעווינטשן אז דער מצב זאל זיך בארואיגן און ער זאל בקרוב ווייטער קענען אויפטוהן אין פרעמישלאן לטובת הכלל.

פארנאכטס ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 12:00 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' ישראל שלום פאלאק הי''ו - ר' אברהם שמואל בראך הי''ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️