בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ד אייר תשפ"ב5/25/2022

באריכט
דינסטאג פרשת בחוקתי 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד רב טוב אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה 'עסק התורה' פון ביידע סניפים. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר חיים הערש קאהן הי"ו.
ב"ר יוסף לייב אלימלך וועצבערגער הי"ו.
ב"ר יואל ברי"מ לאנדא הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברות קודש ודברי חיזוק פאר די בחורים. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

פון דארט איז דער רבי געגאנגן אויף א באזוך אינעם בנין ת"ת החדש 'בנין קליין' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די פארשריט ביי די בוי ארבייט, א לענגערע צייט.

נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

אים 8:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען קיין וומסב''ג און איז געווען מנחם אבל זיין משפחת רובין ע"פ אמם ע"ה. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש בוומסב''ג.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א סיום כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת האלצמאן הי"ו לע"נ זייער פאטער ע"ה, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

שפעטער איז געווען נאך א סיום כתיבת האותיות פון די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' אביגדור שלעזינגער הי''ו דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און נאך מעריב צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה, און דערנאך ווײטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️