בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ה אייר תשפ"ב5/26/2022

באריכט
מיטוואך פרשת בחוקתי 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
בן הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק'.
ב"ר יואל מייזליש הי''ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז געווען אויף א באזוך בקודש פנימה בביתו נאוה קודש הרה"צ ר' אברהם מרדכי אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו, און געשיקט א פריסת שלום פאר כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 1:15 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די עסקנים פונעם "כינוס נשי כלל ישראל" קעגן פגעי טעכנעלאגיע וועלכע איז אין פלאן אויף די קומענדיגע וואכן נאך שבועות, מ'האט אויסגעשמועסט אלע פלענער און פרטים פון די אסיפה, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' זאב אלעזר רייכמאן הי''ו - הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט''א.
ר' יושע הערש גליק הי''ו - הר''ר שמואל אפרים גאלד שליט''א.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בביהמ''ד שע''י ביתו נאוה קודש פאר די עסקנים פונעם ''כלל ישראל קאמפיין'' להצלת חינוך הטהור בניו יארק, אלס אות הכרת הטוב פאר די איבערגעגעבענע ארבייט צו שאפן די צענדליגער טויזענטער פעטיציע'ס, ווען אויפן פלאץ אליינס איז געווען די נאנט צו הונדערט טויזענט פעטיציע'ס וואס די געטרייע עסקנים זענען שוין אראפגעפארן היינט דאנערשטאג עס איבערגעבן פאר די רעגירונג אינסטאנצן אין אלבאני.

דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח אויף די טויזענטער פעטיציע'ס, און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר אלע עסקנים ובראשם די רוח החיים פונעם פעטיציע דרייוו העסקן הרה''ח ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש הי''ו און הרה''ח ר' אהרן יוסף פריעדמאן הי''ו, דער רבי האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון די פעטיציעס, און די גוטע השפעה וואס דאס קען בס''ד אויפטוהן אין די הויכע פאליטישע קארידארן, און אויב עס וועט אויספעלן, אויך אין געריכט. און דערביי געוואונטשן 'ותטע לב המלכות עלינו לטובה'.

שפעטער האט מען ממשיך געווען מיט די מסיבה ווי עס האט אויפגעטרעטן העסקן הרה''ח ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש הי''ו וועלכע האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו נאכן אנקומען צו די ריזיגע ציפערן מער ווי געראכטן, דערנאך האבן אויפגעטרעטן העסקן הגדול ר' אהרן בנציון ווידער הי''ו און הרב משה שוואב שליט"א ראש ישיבת דגל התורה מאנסי.

נאך די מסיבה זענען אריין בקודש פנימה די ראשי עסקנים ובראשם העסקן ר' אהרן בנציון ווידער הי''ו און הרב משה שוואב שליט"א ראש ישיבת דגל התורה מאנסי, ווי זיי זענען איבערגעגאנגען מיטן רבי'ן די ווייטערדיגע פלענער לדורן ולתפילה ולמלחמה למען הצלת החינוך אין ניו יארק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:40, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון דודו הרה"ק רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים זצ"ל הי"ד אב"ד סיגוט, און נאך מעריב צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️