בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי' אייר תשפ"ב5/11/2022

באריכט
מיטוואך פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' נחמן מיללער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב''ר יקותיאל צבי לעווי הי''ו.
ב''ר הערשל שווארטץ הי''ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י' פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדר הפרטי.

נאכן דאווענען האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' בנציון בערקאוויטש ומוה"ר חיים בערקאוויטש הי''ו ע"פ אחיו/אביו ע"ה.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין די ישיבה בסניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 12:30 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאווה קודש, פון די מחותנים ר' משה דוד וויינגארטן הי''ו - ר' ליפא פרידריך ע"ה.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️