בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגט' אייר תשפ"ב5/10/2022

באריכט
דינסטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק י"א.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין די ישיבה בסניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און אום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:20 ביז 12:45 בביתו נאוה קודש בוומסב''ג. דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש, און צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️