בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגד' ניסן תשפ"ב4/5/2022

באריכט
מאנטאג פרשת טהרה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פארן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' יואל בר''ב גלאנץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב''ר מנחם דוד מאשקאוויטש הי"ו (וומסב"ג).

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה און נאכן דאווענען האט מען געליינט דעם נשיא, און דער רבי האט געזאגט דעם יהי רצון כנהוג, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' אליעזר הערש ניימאן הי"ו - ר' יואל משה יצחק הערשקאוויטש הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' מנחם יודא אונגאר הי"ו - ר' יקותיאל יושע בודק הי"ו באולם בית רחל פאראדייס.

ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:00 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הרב יעקב דוב בלאך שליט''א דער הויפט רב פון קיעוו אוקריינע, ווי ער האט זיך באדאנקט פארן רבי'ן פארן אויפשטורעמען די וועלט אין פאר די אלע עסקני קהילתינו וועלכע האבן בשלוחת הקודש זיך אריינגעווארפן בדמים תרתי למען פעולת הצלה, ווי אויך האט ער איבערגעגעבן א פולע באריכט פון די ארטיגע ברייט פארצווייגטע פעולות הצלה פונעם וועד הצלת אוקריינע און אויסגעשמועסט מיטן רבין די ווייטערדיגע פלענער אין פעולת הצלה מדי יום ביומו.

אזוי אויך זענען אריין עטליכע ראשי הקהלה דקרית יואל אויסשמועסן פארשידענע קהל'ישע ענינים. צווישן אנדערע האט רבינו שליט"א קובע געווען אז דער נייער ביהמ"ד אויף די 'באר שבע' גאס אינעם שכונת ויואל משה, וועלכע ווערט אי"ה געעפנט דער שבת, זאל טראגן דעם נאמען 'ביהמ"ד "בית אלעזר" דקהל יטב לב', על שמו פון הגה"צ רבי אלעזר קליין זצ"ל אב"ד באר שבע, זיידע פונעם נדבן הביהמ"ד הרבני הנגיד רבי עקיבא צבי קליין הי"ו.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ (וומסב"ג) און הרה"ג ר' אברהם יוסף יודא אקערמאן שליט"א (קר"י).
ר' אהרן שלמה אפפעל (וומסב"ג) און ר' יואל דוד דרעזנער (קר"י).

ארום 12:00 האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️