בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגד' ניסן תשפ"ב4/5/2022

באריכט
זונטאג פרשת טהרה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א מו''ץ בקהלתינו הק'.
ב''ר שלמה יעקב בערקאוויטש הי''ו.
ב''ר דוד יואל כהן הי''ו.
ב''ר יוסף יושע גאלדבערגער הי''ו.
נאכן דאווענען האט מען געליינט דעם נשיא און דער רבי האט געזאגט דעם יהי רצון כנהוג. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק' אינאיינעם מיט הגאון רבי משה בראנסדארפער שליט"א גאב"ד היכל הוראה, ווי מ'האט זיך אומגעקוקט אויף די פילע הידורים און חומרות וואס מען האט איינגעשטעלט. דערנאך איז מען אריבער אינעם בית השחיטה המהודרת ווי דער רבי איז פאר א לענגערע צייט ארומגעגאנגען און איבערגעגאנגען די חומרות והידורים מיט וואס די בית השחיטה צייכענט זיך אויס.

נאכמיטאג ארום 6:25 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל בר"א קויפמאן הי''ו - ר' מנחם מענדל גאלדשטיין הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' שמואל אברהם גרינפעלד הי''ו (וומסב''ג) - ר' יואל סג''ל בר''ש קרויס הי''ו, באולם קרן ויואל משה.
הרה''ג ר' יצחק מיטעלמאן שליט''א - ר' מרדכי פייערשטיין הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:30 ביז 11:45.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' אברהם מרדכי באש הי''ו - ר' משה אלי' עסטרייכער הי''ו.
הרה''ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט''א - ר' אלכסנדר משה ווייס הי''ו.

ארום 11:45 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️