דאנערשטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר חיים משה ביטמאן הי"ו.
ב"ר מאיר דוד גאלדבערגער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג אום 5:30 האט רבינו שליט"א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' חנני' גאלדבערגער הי"ו - ר' ישראל ארי' האלענדער הי"ו, באולם כינור דוד.
נאך די חופה אום 8:00 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב, און נאך מעריב מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
אים 9:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען קיין וומסב"ג, און איז אריבער אויף א באזוך אינעם בית האופה דקהלתינו הק', אין באגלייטונג פון הגה"צ אבד"ק שליט"א, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די איינריכטונגען און הידורים וועלכע זענען איינגעשטעלט געווארן,
דערביי האט דער מנהל ר' ברוך יודא שפיצער הי"ו געוויזן די פלענער פונעם נייעם בנין וואס מ'האט געקויפט און וועט אי"ה געבויעט ווערן ברחבת ידים. דערנאך האט דער רבי באזוכט אינעם אפטיילונג פון די רחיים של יד און זיך אומגעקוקט אויפן סדר הטחינה.
אויפן וועג ארויס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס מיט הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ישמח משה דקהלתינו הק', ער האט איבערגעגעבן א באריכט פון די אסיפה אין אלבעני מיט די בארד אף רידזענט'ס, און איבער די פעולות אויפן פראנט למען הצלת יהדות אוקריינע.
ארום 10:30 איז רבינו שליטא אריינגעקומען אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט, צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט געווארן דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון הגה"צ סיגוטער רב שליט"א, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד פריעדמאן הי"ו ממתפללי הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און טועם געווען מזונות אין פיש און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן ומחותנים און פאר אלע מתפללים. הגה"צ סיגוטער רב שליט"א האט אויפגעטרעטן בדברי תורה און דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש און נאך די דברי תורה האט דער רבי ארומגערעדט בשבח פונעם ביהמ"ד, און דערציילט זכרונות מימ קדם אין דעם ביהמ"ד.
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות הר"ר ישעי' סאקס הי"ו, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים. מיט ברכהמ"ז איז מכובד געווארן דער מחותן הרה"ג ר' חיים דוד רובין שליט"א רב דביהמ"ד אוהל תורה, ברכות ראשונות: דער זיידע הגה"צ אבדק"ק בית אהרן שליט"א, ברכה אחריתא: דער זיידע הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️