בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday3 Teves 578212/7/2021

Report
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 7:40 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון תפארת מרדכי אין בארא פארק מפאר זיין בראש בשמחת החתונה בחצרות קדשינו החתן נכד רביה''ק בעל ברך משה זי''ע, בן הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים שליט''א חתן הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א.

רבינו שליט''א האט מסדר געווען די כתובה, און געמאכט דעם קבלת קנין, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן מחותנים זיידעס און פארן גאנצן ציבור.

ביי די חופה איז רבינו שליט''א מכובד געווארן מיט סידור קידושין, און נאך די חופה געוואונטשן ברכות קדשו.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' משה אלי' וויינשטאק הי''ו ווי עס איז פארגעקומען די מעמד חתימת שטרות אויף א שטוב וואס ער האט אפגעקויפט אינעם מקוה טהרה החדש אין קרית יואל, דער רבי האט גע'חתמ'ט די שטרות מיטן נדבן און דערנאך געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די גאנצע משפחה.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אינעם נייעם אפיס פון הרבני הנגיד ר' פנחס משה לאנדא הי''ו ווי עס איז פארגעקומען די מעמד חתימת שטרות אויף א שטוב וואס ער האט אפגעקויפט אינעם מקוה טהרה החדש אין קרית יואל, רבינו שליט''א האט קובע מזוזה געווען און גע'חתמ'ט די שטרות מיטן נדבן און דערנאך געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די גאנצע משפחה.

רבינו שליט''א איז דערנאך אריבער געפארן קיין וומסב''ג ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען כ''ק אדמו''ר מקארלסבורג שליט''א ומשפחתו ע''פ אשתו ע''ה.

ארום 11:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש בוומסב''ג.

אים 11:55 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון תפארת מרדכי אין בארא פארק ביים חתונה בחצרות קדשינו, דער רבי האט טועם געווען לכבוד די שמחה און געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן מחותנים אין זיידעס, מיט ברכהמ''ז איז מכובד געווארן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, מיט די ברכות זענען נתכבד געווארן די קרובי המשפחה און מיט ברכה אחריתא הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ שליט''א.

נאכן בענטשן האט הרה''ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו בדחנא דמלכא אויסגערופן רבינו שליט''א צום מצוה טאנץ, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר'ן חתן און פאר אחיו הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א און פאר די מחותנים און די גאנצע ציבור, און דערנאך אפגעראכטן עבודת קדשו ביים מצוה טאנץ, און אויך געטאנצן מיטן חתן ומחותנים און דערנאך ארויס אין עקסטערע ריקוד מיט אחיו הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א.

נאך די מצוה טאנץ האט דער רבי געוואונטשן פאר'ן כלה כנהוג, מען האט געענדיגט ארום 12:50

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️