בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday3 Teves 578212/7/2021

Report
מאנטאג ויגש זאת חנוכה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יצחק קרויס הי"ו. צו הלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען. און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, און רבינו שליט''א האט געוואונטשן ברכות קדשו פאר די ראשי הישיבה פארן בר מצוה בחור און פאר די תלמידי הישיבה.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען קורצע דב''ק בדברי החתזקות פאר די בחורים און ארויסגעברענגט אז זאת חנוכה איז א טאג וואס איז מסוגל פאר אלע ישועות. נאך די דב''ק האט דער רבי פארטיילט חנוכה מטבעות פאר אלע בחורים.

דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד שריפת הפתילות אינעם חצר פון ישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, דער רבי האט אריינגעלייגט די קנויטן אין די מדורה און געטאנצן ריקודי קודש פאר עטליכע מינוט.

ארום 12:10 מיטאג איז פארגעקומען דער שלחן הטהור לכבוד זאת חנוכה אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון די 8 סניפי ישיבות קטנות במוסדותינו הק' בקר''י אינעם בנין הת"ת אויף די ראצפערט גאס.

רבינו שליט''א האט זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום. מיט מזמור שיר חנוכת האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף רב טוב.

דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש און געטייטשט אז זאת חנוכה איז מען ממליך הקב''ה אויף דעי וועלט און מען ווייזט אז הקב''ה איז משגיח בעליונים ובתחתונים, וואס דאס ברענגט און משפיע אויפן מענטש יראת שמים. און דערנאך ממשיך געווען בדברי מוסר והדרכה פאר די בחורים בפרט בנוגע די כלים הטמאים, און דערנאך ארומגערעדט בדברי שבח אויף די חשובע מגידי שיעור און מסיים געווען בברכות קדשו.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען און דערנאך האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריין אין עטליכע חדרים אין ת''ת און זיך אומגעקוקט מיט א קורת רוח אויף די לימודים פון די תשב''ר און דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך אין די דערנעבענדיגע גיגאנטישער בנין התלמוד תורה "בנין קליין", דער רבי איז אריין אינעם בנין אין באגלייטונג פין די הנהלת המוסדות און זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבייט אויף אלע פינעף שטאקן פינעם בנין, און עקסטער אויף די חדרים בתי מדרשים און עס זאלן, און דערנאך זיך אומגעקוקט אויפן פלאץ ווי מבויעט די נייע חתונה זאלן.

נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️