בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday17 Tishrei 57829/23/2021

Report
ליל ב' דיו"ט

ביים זמן איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מעריב. פארן עמוד האט געדאווענט הר"ר ברוך עקשטיין שליט"א.

מען האט געענדיגט ארום 8:40. נאכן דאווענען איז דער עולם אריבערגעגאנגען וואונטשן גוט יו"ט.

ארום 11:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום ערשה"ט 'אושפיזא דיצחק' בסוכה הגדולה שע"י בית מדרשינו הגדול און געזאגט דעם סדר האושפיזין.

הגבהות הכוס לקידוש: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.

פון די זיסע מייערן האט רבינו שליט"א געטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין.

די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און געברענגט מאכלי מעדנים לכבוד יו"ט. רבינו שליט"א האט טועם געווען און געטיילט שיריים.

רבינו שליט"א האט מכבד געווען צו זונגען די פיוט, הרה"ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט"א, מנהל ישיבה גדולה סניף ויואל משה, און דערנאך האט רבינו שליט"א געזאגט תורה אויפן פסוק "וירח את ריח בגדיו ויברכהו" און געטייטשט אז דורך ושמחתם לפני ה' אלוקיכם שבעת ימים איז מען זוכה אז די תשובה פון ראש השנה ויו"כ ווערט נתקבל לרחמים ולרצון.

ברהמ"ז האט רבינו שליט"א מכבד געווען נכדו הבחור יצחק אייזיק בן הגה"צ ר' יואל שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך.

נאכן בענטשן האט מען געטאנצן לכבוד שמחת בית השואבה. מען האט געענדיגט ארום 1:05.

דעם צווייטע טאג יו"ט אינדערפרי ארום 10:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען, פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב"ג).

צו שחרית והלל איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען און געדאווענט בהשתפכות הנפש. רבינו שליט''א האט מאריך געווען בעבודת הקודש פון די נענועים בדביקת וברגש קודש. נאך הלל האט רבינו שליט"א פארגעזאגט די הושענות בהתעוררות רב און ארום געגאנגען די בימה אין ביהמ"ד.

הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן: הרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א און הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א מדייני קהלתינו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א מדייני קהלתינו.

עליות. כהן: הרב נחמן כהנא שליט''א, לוי: הרה"ח ר' אהרן יוסף בערגער הי"ו, שלישי: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א, רביעי: בעל ברית ר' חיים ב"ר דוד אהרן לאנדא הי"ו, חמישי: רבינו שליט"א.

הגבה דעם ערשטע ספר: הרה"ח ר' דוד אהרן לאנדא הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' פנחס בראך הי"ו, מפטיר: הרה''ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו, הגבה דעם צווייטן ספר: הרה"ח ר' אנשיל ליכטענטשטיין הי"ו, גלילה: הרה"ג ר' הערשל פריעד שליט"א (וומסב"ג).

מוסף: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הר"ר אברהם קויפמאן שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די בריתן ביי בן הנולד לר' חיים ב"ר דוד אהרן לאנדא הי"ו, און ביי בן הנולד לר' ליפא ב"ר פנחס בראך הי"ו. ס'איז שוין געווען נאך 2 אזייגער ווען רבינו שליט"א איז אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן בעלי אושפיזין געברענגט קוגלען. רבינו שליט"א האט טועם געווען און געטיילט שיריים.

ברהמ"ז האט רבינו שליט"א מכבד געווען נכדו הרב ליפא טייטלבוים (י"ם) בן הגה"צ ר' ברוך שליט"א.

נאכמיטאג ארום 7:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הר"ר נפתלי הירצקא בן הגרמ"א פריעדמאן שליט"א.

נאכן זמן איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו מעריב. פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו.

נאך מעריב איז רבינו שליט"א אריין אין די סוכה הגדולה און געמאכט הבדלה. נאך הבדלה איז מען אריבער א גוטן מועד זאגן, נאך הבדלה איז רבינו שליט''א אריבערגעגאנגן אויף א ביקור חולים ביי הרה"ח ר' נח גפן הי"ו שו"ב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️