בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday17 Tishrei 57829/23/2021

Report
ימים הראשונים של יו"ט סוכות זמן שמחתינו, בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בקרית יואל

ערב יו"ט נאכמיטאג האט רבינו שליט"א געבינדן דעם לולב און געזאגט דעם יהי"ר.

פארנאכטס ארום 7:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה. מערבית איז נתכבד געווארן הרה"ג ר' דוד ב"ר מענדל עקשטיין שליט"א. נאכן דאווענען איז דער עולם אריבערגעגאנגען גוט יו"ט זאגן.

ארום 11:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום ערשה"ט 'אושפיזא דאברהם' בסוכה הגדולה שע"י בית מדרשינו הגדול און געזאגט דעם סדר האושפיזין מיט די תפילה, כנהוג.

הגבהות הכוס לקידוש: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים (ב"פ), בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.

פון די זיסע מייערן האט רבינו שליט"א געטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין.

די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און עטליכע האבן געברענגט מאכלי מעדנים לכבוד יו"ט. רבינו שליט"א האט טועם געווען און געטיילט שיריים.

רבינו שליט"א האט מכבד געווען צו זינגען דעם פיוט, הרה''ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו, און דערנאך האט רבינו שליט"א געזאגט תורה אויפן פסוק "ואברהם זקן בא בימים" און געטייטשט אז דורך די ענני הכבוד האבן די אידן זוכה געווען צו טועם זיין מעין עולם הבא, ממילא איז עס מינו ידוע, די זעלבע איז דורך מצות סוכה קען מען זוכה זיין מרגיש צו זיין מעין עולם הבא.

בערך 12:45 האט רבינו שליט"א מכבד געווען מיט ברהמ"ז הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו

את יום חג הסוכות הזה זמן שמחתינו

דעם ערשטן טאג יו"ט אינדערפרי נאך די מקוה האט רבינו שליט"א מקיים געווען בדחילו ורחימו די מצוות נטילת ד' מינים אין זיין פריוואטע סוכה בביתו נאוה קודש, און עקסטערע מייחד געווען סעט ד' מינים פאר די בחורים געסט פון אויסלאנד צו קענען אתרוג בענטשן

ארום 9:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען, פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א.

צו שחרית והלל איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד בהשתפכות הנפש און מאריך געווען בעבודת הקודש, ספעציעל האט רבינו שליט''א אפגעראכטן די נענועים בדביקת וברגש קודש. נאך הלל האט רבינו שליט"א פארגעזאגט די הושענות בהתעוררות רב און ארום געגאנגען די בימה אין ביהמ"ד.

הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן: הרה"ג ר' שמואל דוד גאנדל שליט"א און הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' דוד פערל שליט"א.

עליות. כהן: הרה"ח ר' הירצקא קאהן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו (וומסב"ג), שלישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, רביעי: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו, חמישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט"א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' אהרן וויינשטאק הי"ו.

מיט הגבה וגלילה זענען נתכבד געווארן נכדי רבינו, הגבה דעם ערשטן ספר: הרב ליפא טייטלבוים (י"ם) בן הגה"צ ר' ברוך שליט"א, גלילה: הרב חיים יעקב רוקח חתן הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א. מפטיר: הרה"ח ר' משה אייזדאפער הי"ו (וומסב"ג), הגבה דעם צווייטן ספר: הרב דוד טייטלבוים (ב"פ) בן הגה"צ אב''ד סיגוט שליט"א, גלילה: הרב מאיר אליעזר מייזליש בן הגה"צ ר' שמעון זאב שליט"א.

מוסף: הגה"צ הדומ"ץ שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' ארי אשר שטעסל הי"ו, ס'איז שוין געווען נאך 2 אזייגער ווען רבינו שליט"א איז אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש.

ביי די מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מכבד געווען צו זונגען דעם פיוט, נכדו הרב מאיר אליעזר מייזליש בן הגה"צ ר' שמעון זאב שליט"א, ברהמ"ז: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.

נאכמיטאג ארום 7:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' שרגא גאנדל הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️