בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגי"ט אלול תשפ"א8/27/2021

באריכט
פרייטאג כי תבא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' מרדכי שווארץ הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף "השיב משה" אין קרית יואל בהנהלת הרה"ג ר' שמעון אברהם ראטה שליט"א.

ביים אנקומען אין די ישיבה קטנה וואס סטאנציאנירט בבנין התלמוד תורה 'בנין הירש גאלדבערגער לאנדא' אויף די ראצפערט גאס, האט זיך רבינו שליט"א אומגעקוקט ביי די בוי ארבייט ביים גיגאנטישן בנין הת"ת החדש 'בנין קליין', נדבת לבו פון הרבני הנגיד הנכבד מוה"ר עקיבא הערש קליין הי"ו.

דערנאך איז רבינו שליט"א אריין אינעם חדר האוכל בבנין הת"ת ווי עס זענען געווען פארזאמלט די קינדער פון כתה א' ב' סניף הר"ר דוד פאלקאוויטש שליט"א, די קינדערלעך האבן געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געווינטשן א גוט שבת.

פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל מרדכי אינדיג הי''ו.
ב"ר יודא טייטלבוים הי''ו.
ב"ר יואל כ"ץ הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די תלמידי הישיבה, רבינו שליט"א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש דברי מוסר והתחזקות לימי הרחמים והרצון.

ארום 1:30 מיטאג איז הגה"צ אבד"ק ור"מ קהלתינו מאנטשעסטער שליט"א - וועלכע איז געקומען צו פארן לשבות במחיצת הקודש אויף שב"ק און א' סליחות - אריבער געקומען צו רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש שלום נעמען, און איבערגעבן א גריס פון קהלתינו הק' אין מאנטשעסטער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️