בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגי"ט אלול תשפ"א8/27/2021

באריכט
דאנערשטאג כי תבא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פאהרגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יושע הערש גאלדבערגער הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל רייזמאן הי''ו.
ב"ר אשר אנשיל צין הי''ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די 9'טע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'עד אחד נאמן באיסורין'.

נאכן שיעור זענען אריין בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א בחדרו הפרטי א קבוצה בחורים המצטיינים תלמידי הישיבה סניף ברך משה, וואס פאהרן אי"ה קומענדיגע וואך אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אינאיינעם מיט רמ"י הישיבה. רבינו שליט"א האט געוואונטשן ברכות קדשו און געגעבן שליח מצוה געלט פאר די מגי"ש.

דערנאך האט רבינו שליט"א פארטיילט "י"ב חלות" פאר די בחורים תלמידי הישיבה סניף ברך משה וואס האבן זיך פארהערט די גאנצע מסכת.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

ארום 4:00 איז רבינו שליט"א אריבער געקומען צום "מעמד כבוד התורה וסיום הזמן" דורך תלמידי ישיבתינו 'מתיבתא הקדושה' תו"י דסאטמאר, באולם המפואר בית רחל אודיטאריום.

צווישן אנדערע האבן אויפגעטרעטן הגה"ח המשפיע ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, אויך האט זיך באטייליגט הגאון האדיר דומ"ץ קר"י שליט"א.

די סיומי מסכתות וואס איז געלערנט געווארן אינערהאלב אלע סניפים אין ישיבה זענען געמאכט געווארן דורך:
סניף דברי יואל, נכד רבינו הבה"ח אשר אנשיל אשכנזי בן הגה"צ ר' העניך שליט"א - מס' סוכה.
סניף ויואל משה, הבה"ח יצחק יואל ראזענבערג ב"ר העניך הי"ו - מס' קידושין.
סניף ברך משה, הבה"ח יוסף מארקאוויטש ב"ר דוב הי"ו - מס' עבודה זרה.
סניף קדושת יואל, הבה"ח יואל קארנבלי ב"ר ישעי הי"ו - מס' שבועות.

דערנאך האט הגה"צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים וראש השיעור בסניף ויואל משה געמאכט דעם הדרן און געזאגט קדיש.

נאכדעם האט רבינו שליט"א געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה און משמיע געווען דברות קודש, און בתו"ד ארויסגעברענגט בשבח פון די ישיבה און לענגערע דברי הדרכה לקראת הימי בין הזמנים.

מיטן בענטשן איז נתכבד געווארן הרה"ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט"א ר"מ בישיבה וראש חבורת "ים התלמיד". נאכן בענטשן האט רבינו שליט"א פארטיילט די תעודות פאר די הונדערטער תלמידים המצטיינים.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 7:00 ביז 12:00.

אויך איז פארגעקומען א מעמד "סיום כתיבת ספר תורה" פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יוחנן מאנן הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם זונטאג א' סליחות צום ביהמ"ד הלכה ברורה אין קר"י. רבינו שליט"א האט אריינגעשריבן די אותיות און געפראוועט א מסיבת לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו.

ארום 12:30 איז געווען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגים ביי שופר בלאזן ועניני החג. רבינו שליט"א האט אים מכבד געווען מיט לחיים, דערנאך האט האדמו''ר מ'סקולען מאנסי שליט''א איבערגעגעבן פארן רבין א קוויטל און האט מקבל געווען ברכות קדשו פאר די הייליגע טעג וואס דער רבי שליט''א האט אים ווארעם אנגעווינטשן און ארויסבאגלייט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️