בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"א אלול תשפ"א8/19/2021

באריכט
דאנערשטאג כי תצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' קלמן אליעזר עקשטיין הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און מוהלת.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף "קדושת יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל ליכטענשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מעמד התחלת כתיבת ספר תורה פון די ס"ת וואס ווערט געשריבן דורך די תלמידי הישיבה. רבינו שליט"א האט אריינגעשריבן די ערשטע אויתיות, און דערנאך אפגעראכטן די מסיבת לחיים און משמיע געווען דברות קודש.

ארום 1:40 מיטאג איז רבינו שליט"א אריבער געקומען בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה" פארלערנען די פערדע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'עד אחד נאמן באיסורין' און בעפארברייטונג צום דרשת "שבת שובה".

ארום 2:40 נאכמיטאג איז רבינו שליט"א אריבער געקומען אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צום מעמד "החומש סעודה" פון די אריבער 550 תשב''ר פון די אריבער 20 כתה א' במוסדותינו הק' קרית יואל, די קינדערלעך האבן געזונגען עטליכע נגונים און רבינו שליט"א האט משמיע געווען ברכות הקודש און דערנאך פארטיילט א מתנה א קרי"ש של המטה פאר די תשב"ר.

בפקודת הקודש פון רבינו שליט"א איז פארגעקומען א אסיפה בביתו נאוה קודש פאר די תלמידי המתיבתא שיעור ב'. ארום 7:00 איז דער רבי ערשינען אזוי אויך האבן זיך אנגעזעהן די מנהלי הישיבות און די הנהלת גשמיות.

רבינו שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש מיט שטארקע דברי התחזקות פאר די בחורים, און דערנאך געמאלדן פאר די בחורים איבער די נייע ישיבה וואס וועט זיך עפענען אויף קומענדיגען זמן -ווי ברייט באריכטעט דא אויף סאטמאר'ע נייעס- און דערנאך מסיים געווען מיט שטארקע ברכות הקודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' מאיר יצחק גליקמאן הי"ו - ר' משה יודא מאיר בידערמאן הי"ו, באולם כינור דוד.

נאך מנחה ביים זמן רבינו תם האט רבינו שליט"א געמאכט "קידוש לבנה" פארענט פון ביתו נאוה קודש.

שפעטער אויף די נאכט האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' יואל בר"מ גאלדשטיין הי"ו - ר' ברוך יודא דרעזנער הי"ו.
הר"ר נפתלי הערצקא פריעדמאן שליט"א - ר' דוד יודא זילבערשטיין הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 995