בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגי"ב אלול תשפ"א8/20/2021

באריכט
גרויס שמחה ביי אנ"ש:
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פראקלאמירט דאס עפענען א שפאגל נייע ישיבה מיטן נאמען "ישיבת עסק התורה" מיוחד פאר בחורים שנפשם חשקה לעסוק בתורה

די ישיבה וועט זיין געאייגנט פאר בחורים וואס האבן שוין מסיים געווען די ישיבה גדולה יארן - די ישיבה וועט זיין מיוסד אויף נאך "דריי העכערע יארגענג" - גאר חשובע ת"ח מובהקים ומרביצי תורה וועלן שטיין בראש פון די ישיבה - וועט זיך געפונען מחוץ לעיר רחוק מישיבת כרכים - רבינו שליט"א איז קורא שם פאר די ישיבה ישיבת עסק התורה

דאס יהדות החרדית נעמט אויף מיט פרייד דער באשלוס פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואס האט באשלאסן צו עפענען א פרישער "מקום תורה" פאר חסידישע בחורים מופלגים בתורה ויראי ה', וואס האבן שוין גענדיגט די ערשטע דריי יארן פון ישיבה גדולה שיעור א', שיעור ב', שיעור ג', (צעירים, שיעור א', שיער ב'), און ווילן ממשיך זיין צו זיצן באהלה של תורה מתוך הרחבת הדעת אין די קומענדיגע יארן.

די ישיבה "עסק התורה" וועט געפירט ווערן דורך גאר חשובע ת"ח ומרביצי תורה וואס וועלן מרביץ תורה זיין מתורתם פאר די חשובע תלמידים שיחיו, און וועט זיך געפונען אויף א מקום רחבת ידים רחוק מישיבת כרכים מחוץ לעיר, מיוחד צו קענען זיצן באהלה של תורה מתוך הרחבת הדעת.
דאס עפענוג פון די ישיבה איז באמת שוין א זאך וואס מרן רבינו שליט"א באגערט שוין עטליכע יאר, צוליב וואס עס איז איהם נוגע ללבו הטהור דער שווערער מצב בעולם הישיבות וואס הערש היינט, ווי עס הערשט א גאר שטארקער מאנגל פאר היימישע בחורים וואס האבן שוין גענדיגט די אלגעמיינע ישיבה גדולה יארן, און זענען צושפרייט אין פארשידענע חסידישע ישיבות איבער גרעיטער ניו יארק, וואס כידוע אז רוב חסידישע ישיבות ווען עס קומט דער גיל פון שיעור ב' וג' שפארן זיך צו די טוירן פון די ישיבות, און דאס צווינגט פאר אסאך היימישע בחורים צו נעמען דעם וואנדער שטעקן און זיכן א פאסיגע מקום תורה, אזוי קומט אויס אז גאר אסאך היימישע בחורים זענען געצווינגען צו פארן קיין ארץ ישראל לערנען, וואס כידוע איז דאס א געוואלדיגע סכנה אז מען זאל חלילה פארלירן אלעס וואס מען האט קונה געווען אין די אינגע יארן, אבער מצד השני זענען זייער אסאך געצווינגען דאס צו טוען, צוליב דעם גרויסער פראבלעם ווייל עס איז נישט פארהאנען קיין ריכטיגער ערנסטער מסגרת ווי מען קען לערנען מיט הרחבת הדעת.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️