= חלק ד' =
רבינו שליט"א האט פארציילט א מעשה פון הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו פון בארא פארק, ווען איינער פון אר"י האט אים געבעטן צו פרעגן רביה"ק זי"ע דעת קדשו איבער א שידוך פאר א טאכטער פון א משפחה מיוחסת. האט ער געענטפערט 'סאיז א שיינע משפחה אבער זיי זאל זיך אויסנעמען דריי תנאים, 1, אז מען וועט נישט גיין צו די בחירות. 2, אז מען וועט שיקן די קינדער אין מוסדות החינוך אויף אידיש און עטה"ק. 3, 'ער זאל מקפיד זיין אויף שיטת רבינו תם מוצש"ק'. יענע האבן געענטפערט אז זיי זענען נאר גרייט פאר די ערשטע צוויי. "דער פעטער ז"ל האט געזאגט דאס זאגט ער אפען אז ער וועט נישט מקיים זיין, די סוף וועט זיין אז די אנדערע צוויי וועט ער אויך נישט מקיים זיין.. פארשטייט זיך אז די שידוך איז נישט געווארן."
"דאס איז געווען זיין מיינונג און זיין שיטה.
ובנידן דידן איז עס אויך אזוי, סאיז דא א ענין פון שיטת רבינו תם, סאיז דא א ענין פון חינוך לבנות וואס מען מעג יא לערנען מיט מיידלעך און וואס מען טאר נישט, סאיז דא א ענין פון התקרבות לרעיון הציוני, די אגודה, התפעלות פון זייערע נצחונים, זיך צו פרייען מיט זיי, אזוי ווי סאיז ליידער נהוג אין דעי קרייזן וואס מהאט נישט געלערנט 'ויואל משה', און פארשטייצעך אז די ספר הק' ויואל משה איז בבל יראה ובל ימצא אין דעי הייזער.., במילא זענען די חברי כנסת המינים ביי זיי אנשים חשובים ומקורבים".
דעי אלע ענינים האט מען אונז מחנך געווען "לא עשה כן במקומינו!!" וועגן דעם זאג איך זיי נאכאמאל, זייער פלאץ איז נישט דא!! ביי אונז וועל מיר זיך פירן ווי אזוי די פעטער ז"ל האט אונז מחנך געווען אין השקפה נכונה, און ווי אזוי אונז זאל מיר מחנך זיין, און אויב איז דא א קרייז וואס וויל דאס נישט מקבל זיין, איז זייער ארט נישט דא!! נישט אין קר"י און נישט אין די גלילות פון קר"י!!.
"די שליסל פארדעם איז די בתי חינוך פאר אינגלעך און פאר מיידלעך. אז ס'וועט נתפרסם ווערן אין די גאנצע וועלט אז אין קר"י נעמט נישט אריין קיין תלמידים און תלמידות אין קיין שום מוסד אויב זיי זענען זיך נישט מקבל זיך צו פירן כפי מנהג המקום."
"מען מאנט נישט פון זיי דא וועלכער זמר מען זאל זינגען צו וועלכער נוסח התפילה.. "נאר התנהגות אזוי ווי די השקפה פון פעטער ז"ל און אזוי ווי זיין הוראה אין אלע ענינים, און מען וועט האלטן די שליסל פעסט ווער עס קען זיך נישט צו דעם צופאסן האט נישט קיין דריסת הרגל אין קרית יואל, און אין גלילות ק"י און דאס וועט זיין די הצלה לדורות בעזר שמו יתברך".
אויב חלילה עס וועט קומען א זמן און ס'וועט יא זיין אין גלילות קר"י א קהילה ומוסדות החינוך וואס איז נישט לפי רצונו פון פעטער ז"ל, דער פעטער ז"ל וועט מאנען און פאסירן פון דער וואס האט גורם געווען אז עס זאל צושטאנד קומען!! מען האט געקענט מונע זיין און מען האט נישט געטאן!!. "אזוי ווי איך האב געזאגט, אז יעדע בר דעת פארשטייט אז די הצלה פארדעם איז נישט אריינצונעמען תלמידים ותלמידיות, ווער ס'האלט נישט ביים זיך אונטערווארפן אונטער זיין הנהגה".
עכלה"ק איבער דעם ענין.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️