בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday12 Kislev 578711/22/2026

Report
זונטאג וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- בן הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ, בן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
- בן ר' חיים מנחם פעלדמאן הי"ו.
- בן ר' זלמן יוסף שניצלער הי"ו.
- בן ר' משה יודא שפילמאן הי"ו.
- בן ר' אסף וואהלבערג הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אין די סוגיא פון קם ליה בדרבה מיניה בפרק אלו נערות אין מסכת כתובות.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית ארום 12:00 איז דער רבי ארויף צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון נכדו החתן הרב חיים הערש רוקח שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד בית חיים יעקב שליט''א.
דער רבי געמאכט די ברכה, אריין אין אוהל און געצינדען לעכט ביי די ציונים פון רבותינו הק' בעל דברי יואל און בעל ברך משה זיע''א און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע''ה, און געזאגט די תפילה פונעם הייליגן ישמח משה זיע''א און דערנאך פארגעזאגט ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש, און דערנאך געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט בשעת מ'זינגט ניגוני התעוררות, און זיך משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע''ה. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון די מחותנים:
- הר''ר מענדל ווייס שליט''א און הרה''ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי''ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה''ח ר' יואל ב''ר בערל ברמ''א פאלאטשעק הי''ו און הרה''ח ר' אלימלך דייטש הי''ו אין די זאלן פון גינת קליין.

נאך די חופות ארום 8:10 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד כולל ערב שבת צום שמחת השבע ברכות פון נכד הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א, החתן בן לחתנו הרה''צ ר' יוסף מרדכי וואגשאל שליט''א - ראה''כ ורב דביהמ''ד כולל ערב שבת. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בהלכה מיט הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א. דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן דיין שליט''א, חתן, מחותנים, זיידעס, און פאר די מתפללי הביהמ''ד, און דערנאך משמיע געווען דב''ק בעניני נישואין און ווארעם אנגעוואונטשן פארן מחותן הרה''צ רב הביהמ''ד שליט''א צו מצליח זיין מיט זיינע פעולות פאר תורה וגמילות חסדים. דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן גאנצן אויבנאן און עקסטער מיט הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א. דער רבי האט פארלאזט די ביהמ''ד ארום 8:30.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:35 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

ארום 9:15 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה''ח ר' יואל ב''ר יעקב מיטטעלמאן הי''ו און הרה''ח ר' אהרן זאב פאלאטשעק הי''ו.
- הרה''ח ר' חיים שלום בוים הי''ו און הרה''ח ר' חיים הערש ברמ''י גאלדבערגער הי''ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה''ח ר' יוסף משה כהנא הי''ו פון ארה''ק, בעה''ב און ארויסגעבער פון די באקאנטע חסידישע קאלעקציעס פון אלטע פארצייטישע חסידישע ניגונים דורך די 'לחיים נגינה פאבלישונג' אינאיינעם מיט הרה''ח ר' יושע ראזען הי''ו פון ב''פ, און האבן פארגעשטעלט די נייע זמירות מיט אידישע ניגונים. עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די פראבלעמען מיט די היינטיגע נגינה און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן אנהאלטן צו ארויסגעבן ערליכע און פארצייטישע ניגונים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 223