בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday13 Kislev 578711/23/2026

Report
מאנטאג וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב''ר שלום אלי' טעללער הי''ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ד פסוק י"ג. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב חיים הערש רוקח שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א בן הגה"צ אבד"ק קאזלאוו מאנסי שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק טערצאל שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה''צ ר' יעקב שרגא פייביל זינגער שליט"א אבד''ק אלכסנדר וומסב''ג בן הגה"צ אבד"ק ור"י אלכסנדר שליט"א חתן כ"ק אדמו''ר מסטריזוב שליט''א, וחתן הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א מאוהעל

ארום 3:15 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג. ביים אנקומען איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש שע''י ביהמ''ד הגדול.

ארום 5:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול היכל מאיר זעליג ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה.
- בעל תפילה: הרה''ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי''ו (קר''י).
נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביום החופה.

ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול. במשך דעם קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, און הרה"ח ר' משה יושע ווייס הי"ו האט אויפגעטרעטן בדברי כיבושין אויסגערעכענענדיג דערביי דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה און די הייליגע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און מעורר געווען זכות אבות, און צום סיום מאציל געווען רב ברכות פארן גאנצן ציבור.

דער רבי האט מסדר געווען די כתובה.
- עדי כתובה: הרה''ח ר' יחזקאל גאלדשטיין הי''ו (קר''י) און הרה''ח ר' משה אברהם לעפקאוויטש הי''ו.
דערנאך האט דער רבי תורם געווען צדקה פאר אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א פאר כולל עצי חיים בארה''ק לצדקת רבי מאיר בעל הנס, און מען אעז געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון אפריון קראסנא ווי דער רבי האט געבענטשט דעם חתן.

ארום 7:05 איז מען ארויס צום חופה, וואו רבינו שליט''א האט מכבד געוועהן.
- סידור קידושין: דער עלטער זיידע כ''ק אדמו''ר מסטריזוב שליט''א.
- עדי קידושין: הרה''ג ר' יואל קאהן שליט''א (קר''י) און הרה''ג ר' יואל שווארטץ שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד בנין געלבשטיין וומסב''ג.
- קריאת הכתיבה: דער זיידע הגה''צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט''א.
- ברכות ראשונות: דער עלטער זיידע הגה''צ אבד''ק טערצאל שליט''א.
- ברכה אחריתא: דער זיידע הגה''צ אבד''ק ור''י אלכסנדר שליט''א.

נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס ומחותנים, און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן פארן עלטער זיידע כ''ק אדמו''ר מסטריזוב שליט''א.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב אין ביהמ''ד הגדול היכל מאיר זעליג.

ארום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת החתונה, דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן א לחיים און געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים.

ארום 9:00 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן א לענגערע צייט, און מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיטן גאנצן אויבנאן. דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
דער רבי האט פארלאזט דעם ביהמ"ד ארום 9:40, און איז אריבער לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.

בביתו נאוה קודש איז אריבעגעקומען אויף א באזוך כ''ק אדמו''ר מפינסק קארלין שליט''א וואונטשן א ברכת מזל טוב לרגל די שמחת החתונה. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבערן הייליגן מהרש''ל וואס די יארצייט איז געווען די וואך. דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און פאר זיין בעל אכסניא הרה''ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי''ו.

אזוי אויך איז אריין הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א מו"ץ קהלתינו הק' בוומסב"ג, וואס האט זיך נארוואס אום געקערט פון א באזוך אין ארגענטינע ווי ער האט פארהערט די חברי הכולל אויף מערערע מקצועות התורה, און האט איבערגעגעבן א הערליכן גרוס פארן רבין. אזוי אויך האט ער אפגעשטאטעט א לענגערע באזוך אינעם גיגאנטישן בית השחיטה לגסות ווי סגייט אהן די מערכת השחיטה המהודרת שע"י קהלתינו הק', ער האט איבערגעגעבן גאר א שיינעם גרוס פאר רבינו שליט"א איבער דעם גאנצן מהלך השחיטה והבדיקה, ניקור, שרוי' מליחה וכו', און האט אין א לענגערן שמועס באוואונדערט דעם הערליכן סיסטעם דער רבי האט דארט איינגעשטעלט אויפן העכסטן אופן אין כשרות וואס איז נאר שייך.

ארום 11:15 איז דער רבי אריין געקומען אין ביהמ''ד צו ברכת המזון ומצוה טאנץ. פארן בענטשן איז אנגעקומען כ''ק אדמו''ר מפאפא שליט''א, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מכבד געווען צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מײן רבין אין א רינג אינאיינעם מיט די חתן און די זיידעס.

- ברכת המזון הגה''צ אבד''ק'ד קארוב שליט''א.
- ברכות ראשונות: הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
- ברכה אחריתא: דער זיידע הגה''צ אבד''ק קאזלאוו מאנסי שליט''א.

מען האט געזינגען א לענגערע צייט ניגוני התעוררות ודביקות לעורר זכות אבות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, וכל העם הנאספים, און דערנאך אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש קודש א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א ובני משפחתו, און עקסטער געטאנצן מיט חדב''ן הגה''צ שליט''א, און דערנאך ממשיך געווען מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, און דערביי עקסטער געטאנצן מיט אחיו הגה''צ שליט''א. דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה, און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 221