בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגי' כסלו תשפ"ז11/20/2026

באריכט
פרייטאג ערש''ק ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר מאיר שפיטצער הי''ו.
- ב''ר יצחק אייזיק קרויס הי''ו.
- ב''ר נפתלי יעקב ווערצבערגער הי''ו.
- ב''ר יוסף גראס הי''ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אין די סוגיא פון קם ליה בדרבה מיניה בפרק אלו נערות אין מסכת כתובות.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי. ביים לחיים האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס מיט הגה''צ ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט''א דומ"ץ קרית טאהש, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 280