בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגו' כסלו תשפ"ז11/16/2026

באריכט
מאנטאג ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שלמה אלעזר בערקאוויטש הי''ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ד פסוק ה'.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד צום מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו החתן הרב ישכר בער טייטלבוים שליט"א ממציוני תלמידי הישיבה בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה. דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מנהל הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א.
דער רבי האט משמיע געווען דב''ק און ארויסגעברענגט אז ביי א שידוך דארף מען לויבן אויף דריי זאכן 'כלה נאה וחסידה', איינס אויף די עצם שידוך, צווייטנס אויף דעם יחוס פון די כלה, און דריטנס אויף די מעלות פון די כלה, און דאס איז טייטש מרקד על תלת, און אויסגעפירט אז ב"ה דא ביי דעם שידוך זענען דא אלע דריי מעלות, א שיינער שידוך מיט גרויסן יחוס און א חשובע כלה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 11:30.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל, ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו און הר"ר יואל ברד"ש בערגער שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' פנחס פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ב אפפעל הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
- הרה"ח ר' יואל ברנ"י דאנא ע"ה און הרה"ח ר' נסים סאאל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות ארום 7:45 איז דער רבי אריבער צום שמחת השבע ברכות פון נכדת כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, הכלה בת לבנו הגה"צ ר' חיים יחיאל אלטר לאווי שליט"א אבד"ק טאהש מאנסי, עב"ג החתן מנשה בן הר"ר חיים ארי' כהנא שליט"א רב דביהמ''ד זכרון אלימלך ספינקא מאנסי, ממציוני תלמידי ישיבתינו הק', וועלכע איז פארגעקומען אינעם המספיק זאל צוגעשטעלט דורך ישיבה קטנה וגדולה 'תורת משולם פייש דטאהש' וועלכע איז סטאנציאנירט בשכונת טשעסטער אין קרית יואל המורחבת.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, חתן, מחותנים, און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה. דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן גאנצן אויבנאן, און עקסטער געטאנצן מיט האדמו"ר מטאהש שליט"א א לענגערע צייט, און דערנאך אין א רינג מיט די מחותנים.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל שמאיע הי"ו און הרה"ח ר' יעקב מרדכי טייטלבוים הי"ו.
- הרה"ח ר' יצחק בר"ה פייערשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ה ווייס הי"ו.

ארום 11:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 289