בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגב' כסלו תשפ"ז11/12/2026

באריכט
דאנערשטאג תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר יונה האפפמאן הי"ו.
- ב"ר יוסף ישעי' יחיאל זאבעל הי"ו.
- ב"ר יואל בר"נ וועלץ הי"ו.
- ב"ר יצחק בער פרענקל הי"ו.
- ב"ר יהודה לייב ווייס הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אין די סוגיא פון קם ליה בדרבה מיניה בפרק אלו נערות אין מסכת כתובות.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אויך האט דער רבי פארטיילט תעודות פאר די בחורים מציונים וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ מסכת בבא בתרא, וועלכע איז געלערנט געווארן אין ישיבה פארגאנגענעם יאר.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.

ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' משה טאמבור הי"ו און הרה"ח ר' וואלף ליכטנשטיין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' משה הירש הי"ו און הרה"ח ר' שלמה פנחס העסקל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו"פ איז געווען פון 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:30 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.

- הרה"ח ר' יהוסף עסטרייכער הי"ו און הרה"ח ר' פנחס לעמיל קיש הי"ו.
- הרה"ח ר' בערל ווייס הי"ו און הרה"ח ר' אליעזר זוסיא רוטנער הי"ו.
- הרה"ח ר' אשר בוכינגער הי"ו און הרה"ח ר' שמואל זאנוויל לייטנער הי"ו.
- דער דאפלטער שידוך פון הרה"ח ר' נטע הויזער הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"י פאלקאוויטש הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

נאך מעריב האט זיך הבה"ח יוסף בן הר"ר מרדכי שמעי' קויפמאן שליט"א ממציוני סניף ברך משה, געשטעלט צום פארהער אויף הלכות שבת.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 147