בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךא' כסלו תשפ"ז11/11/2026

באריכט
מיטוואך תולדות - ב' דר"ח כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר חנני' יו"ט ליפא עקשטיין הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען עולה געווען רביעי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש, ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל נכדו ר' ליפא ב"ר פנחס בראך הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני משפחתו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:30 און מעריב ארום 6:00 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' נפתלי יעקב גאטליעב הי"ו און הרה"ח ר' שלמה פנחס שעהנברוין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יעקב לייב דאווידזאהן הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברח"מ לעווי הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו"פ איז געווען פון 8:00 ביז 9:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:15 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הר"ר יואל בר"מ קרויס שליט"א און הר"ר נתנאל מנחם דייטש שליט"א.
- הרה"ח ר' יואל בר"א קויפמאן הי"ו און הרה"ח ר' אהרן בר"י פערל הי"ו.

נאך די זמני כניסה ארום 9:40 איז דער רבי אריינגעפארן קיין ב"פ צו באשיינען עטליכע שמחות פון נכדי אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א.

ארום 11:00 איז דער רבי אנגעקומען צום שמחת השבע ברכות פון נכדת גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א, הכלה בת לחתנו הרה''ג ר' חיים שלום האלבערשטאם שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א. אינעם זאל בבנין בנות ציון ד'באבוב, ספעציעל געאייגנט פאר די אברכים צעירים פון ק"ק באבוב.

דער רבי האט זיך ווארעם באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס און פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק והדרכה פאר די אינגעלייט ע"פ בקשת האדמו"ר מבאבוב שליט"א.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים ומשמני הארץ'. 'מטל השמים' איז בגי' 'דעת', און דעת, זאגן די ספרים, מיינט טהרות. אויב איז דא דעת, דאן קען זיין סיי ילמוד תורה ואח"כ ישא אשה און סיי ישא אשה ואח"כ ילמוד תורה בטהרה. דאס האט יצחק אבינו אנגעוואונטשן פאר יעקב אבינו, מען זאל קענען לערנען תורה בטהרה, נאר אין זכות פון די ברכות פון יצחק אבינו האט כלל ישראל א קיום בזמן הזה, און ממשיך געווען מיט הדרכה אז נאר דורך לימוד התורה קען מען ניצל ווערן פון אלע נסיונות וואס זענען דא היינטיגע צייטן אויף יעדן מקום. אזוי אויך דארף מען נזהר זיין צו גיין אין מקוה יעדן טאג, עס זאל זיין תורה בטהרה, און מסיים געווען בברכות לרוב, און ספּעציעל אנגעוואונטשן פאר האדמו"ר מבאבוב שליט"א צו קענען שעפן נחת פון זיין קהילה, דער צוגעענדיגט מיט ברכות קדשו פארן חתן, מחותנים, פאר גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א און פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן, מחותנים, זיידעס, און עקסטער געטאנצן מיט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א א לענגערע צייט.
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 11:30.

פון דארט ארום 11:40 איז דער רבי אריבער אין די זאל פון עטרת חי' צום שמחת החתונה פון נכד אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, החתן בן לחתנו הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 18 ב"פ, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' דוד דוב אונסדארפער שליט"א בן הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א וחתן הגה"צ אבד"ק קראסנא זצ"ל.
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן, צווישן אנדערע מיט האדמו"ר מצאנז ז'מיגראד שליט"א און הגה"צ אבד"ק קראסנא שליט"א. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס מיט ידידו הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א און די רבנים שליט''א.
און דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הרה"ג ר' עוזר פריעד שליט"א בן הגה"צ אבד"ק קראסנא זצ"ל, און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות.

דערנאך האט דער בדחן הרה"ח ר' יושע ברוך גראס הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ. און דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן און מחותנים, און עקסטער מיט אחיו הגה"צ שליט"א און מיט הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א, און דערנאך אין א רינג מיט משפחת אחיו הגה"צ שליט"א.
ארום 12:25 האט דער רבי פארלאזט דעם זאל אויפן וועג אהיים קיין קר"י. אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן די כלה כנהוג.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 147