דאנערשטאג חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר נפתלי הירצקא בראך הי"ו.
- ב"ר משה ברוך בענדיט ליכטנשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אין מסכת כתובות פרק אלו נערות. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 7:15 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בית מרדכי צום שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' אברהם ישעי' ווייס הי"ו. דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם היכל התורה, מען האט געזינגען ניגוני תורה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם ישעי' הי"ו, פאר הרה"ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד, און פארן גאנצן ציבור.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש, ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' בנימין זאב בר"א שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יושע ברש"י טעללער הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ נכד רבינו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב, אינאיינעם מיט עסקני ופטרוני שיעור בהלכה וועלכע ווערט פארגעלערנט יעדע נאכט אין ביהמ"ד הגדול, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דעם יום שכולו תורה וסיום רבתי אויף גאנץ הלכות שבת וועלכע קומט פאר דעם זונטאג תולדות אינעם HCS רעזארט אין די קעטסקילס דורך די הונדערטער מקשיבי השיעור. אזוי אויך האט מען געוויזן פאר רבינו שליט"א די וועכענטליכע גליון 'במצות שבת גרוסה' מיט די תמצית הלכה פון אלע שיעורים פון די גאנצע וואך, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 11:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
