בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ג מרחשון תשפ"ז11/3/2026

באריכט
דינסטאג חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר נפתלי הירצקא בראך הי"ו.
- ב"ר יואל ברנ"ש שווארטץ הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק י'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג האט דער רבי עוסק געווען א לענגערע צייט מיט הגאון הדומ"ץ שליט"א אין שאלות העומדים על הפרק.

ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה''צ ר' חיים שלום האלבערשטאם שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וחתן הגה''צ אבד''ק ב''פ שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נישואי בתו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך מאנטאג תולדות אין ב"פ. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בעניני נישואין, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז פארגעקומען א קורצע אסיפה מיט הנהלת חבורת "תורתך שעשועי" אין ב"פ, דער רבי האט איבערגעקוקט מיט א קורת רוח די רשימות הנבחנים און האט זיך ווארים באדאנקט פאר עטליכע אנוועזנדע גרויסע נדבנים און האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

ביים אנקומען אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל זענען אריין בקו''פ די עסקנים פון די אנ''ש וואל קאמיטע און איבערגעגעבן א באריכט פון די גרויסע סוקסעס, ווען ס'איז ב''ה אריינגעקומען קרוב צו 10,000 שטימען פון איבער גאנץ קרית יואל, און אלע אנ''ש אינדארסירט'ע קאנדידאטן האבן ב''ה געוואונען די וואלן.
באזונדער האבן די עסקנים איבערגעגעבן די רעזולטאטן פון די וואלן פון קרית יואל המורחבת אין טאון אף בלומינגראוו, ווי הונדערטער אנ"ש זענען ארויסגעגאנגען שטימען פאר די אנ''ש אינדארסירט'ע קאנדידאטן, ובפרט פארן אנ''ש אינדארסירט'ע טאון סופערווייזער וועלכער האט ב''ה געוואונען. דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 276