מאנטאג וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן היכל הביהמ"ד וועלכער איז אין די טעג פארברייטערט געווארן צוליב די ריבוי התלמידים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ברמ"ח שפיטצער הי''ו.
- ב''ר ישכר דוב ווערטהיימער הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק י"ג. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז אריין בקו''פ הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו ב''פ 18, חתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נישואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר מיטוואך תולדות אין ב"פ. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און פאר בנו החתן ני"ו.
ארום 3:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה ארום 4:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו די שמחת השבע ברכות אין די זאל בביתו נאוה קודש, צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א פאר די בני המשפחה, און ווי עס זענען געלאדענט געווארן די גבאים פון מסגרת תורתם אומנתם שע"י מבצר הכוללים קר"י, וועלכע איז געווידמעט צו מעודד און מחזק זיין די לומדי הכולל צו איבערחזר'ן און זיך פארהערן די לימודי הכולל.
ףדער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה. במשך די סעודה האבן עטליכע גבאים פארגעלייגט פארשידענע שאלות בעניני לימוד התורה, די סדר ואופני לימוד התורה און זיך פארהערן מקצועות התורה, און איבער ארויסנעמען התרת הוראה אמאל און היינט, דער רבי האט משיב געווען בטוב טעם ודעת און אויסגעשמועסט דעם מהלך פון רבנים אין די אלטע היים פאר די מלחמה, און נאך פארשידענע אינטערסאנטע ידיעות.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בעניני נשואין און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן חתן און מחותנים, און פאר די עסקנים און גבאים וועלכע זענען מרבה תורה בישראל.
- ברכת המזון: דער זיידע הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א.
- ברכות ראשונות: דער זיידע הגה"צ ר' שמואל צבי זינגער שליט"א מאלכסנדר.
- ברכה אחריתא: דער מחותן הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א.
נאכן בענטשן האט דער רבי געטאנצן א ריקוד מיט די נאספים א לענגערע צייט ארום דעם זאל. מען האט געענדיגט ארום 6:15.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייסמאן הי"ו און הרה"ח ר' ירמי' לעווי הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' אברהם בר"ב פאלאטשעק הי"ו און הרה"ח ר' זלמן לייב שפילמאן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל ברח"מ דאסקאל הי"ו און הרה"ח ר' יצחק אפפעל הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון הגדול ר' שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מעריב בני ברק. עס האט זיך פארצויגן א שיינע לענגערע שמועס אין כמה מקצועות הש"ס, און איבער שמות גיטין, און איבער דעם וואס סאיז ברוך ה' אכשר דרא בענין לימוד התורה היינטיגע צייטן. דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים, און מאציל געווען מברכת קדשו, און אים געגעבן ספרו לב אהרן דרושים ר"ה סוכה, און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
