בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי"ד מרחשון תשפ"ז10/25/2026

באריכט
זונטאג וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יוסף יושע ברמ"י גאלדבערגער הי"ו.
- ב"ר מרדכי יונה ווידער הי"ו.
- ב"ר יודא זאב קליין הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר בנציון יושע קראוס הי"ו.
- ב"ר יעקב יודא ארי' מוטצען הי"ו.
- ב"ר יושע הערש ברמ"י גליק הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק י"ג, און ארומגערעדט איבער דעם חומר האיסור פון השתתפות אין די בחירות הטמאות אין ארה"ק וועלכע קומען פאר די וואך. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד סלאטפינא ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מנשה בן בנש"ק הרב אשר ישעי' הורוויץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס פונעם הייליגן עצי חיים זיע''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני משפחתו, און דערביי האט דער משמש ר' וואלף פריעדלענדער הי"ו געמאכט די מי שברך כנהוג.

ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יחיאל דוב פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל חיים פילאפף הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' דוד גרינפעלד הי"ו און הרה"ח ר' מאיר שטיינפעלד הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות ארום 7:45 איז דער רבי אריבער אין ביהמ''ד יראי השם בשכונת ברוך טעם אין קר"י המורחבת, צו די שמחת השבע ברכות לכבודו פונעם רב הביהמ"ד הרה''ג ר' מרדכי פריעדמאן שליט''א בן הגה''צ גאב''ד טענקא שליט''א וחתן הגה''צ אב''ד וויטקא שליט''א. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די זיידעס הרבנים שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, זיידעס, רב הביהמ"ד שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיטן גאנצן אויבנאן. מען האט געענדיגט ארום 8:00.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 10:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:10 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יושע גלויבער הי"ו און הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו.

נאך די זמני כניסה ארום 10:15 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד אהל פיגא צו די שמחת השבע ברכות, צוגעשטעלט דורך דעם ביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און פון חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בדברי תורה בענין שמחת חתן וכלה און בשבח פונעם ביהמ"ד און פון הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן חתן, פאר הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, פאר כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרב אורי האלבערשטאם שליט"א מיט דברי בדחנות.
- ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א.
- שבע ברכות: כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 11:00.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:15 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️