דאנערשטאג ברכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יואל דרעזדנער הי"ו בבית אביו הרה"ח ר' ברוך יודא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' ברוך יודא ואחיו הרה"ח ר' יואל אהרן הי"ו היושבים ע"פ אביהם הרה"ח ר' שמואל מרדכי דרעזדנער ע"ה.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים יוסף שמשון שמאיע הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרה"ג ר' מרדכי הירש שליט"א - מו"ץ.
- ב''ר אהרן גאלד הי''ו.
- ב''ר יואל ברד"ל גרינפעלד הי''ו.
- ב''ר ישראל מאיר ראזענפעלד הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ארי' בוכינגער הי"ו (מאנטרעאל) ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די שייכות פון מצות ברית מילה צו יו"ט סוכות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 8:00 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. א סיום כתיבת ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרבני הנגיד ר' יואל עפשטיין הי"ו מראשי קהלתינו הק', און ווערט אריינגעגעבן חוה"מ אין ביהמ"ד עובדי ה' אין די פעבעוואד פירמע אין ניו דזשערזי, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מכבד געווען הרה"ח ר' יואל הי"ו אריינצושרייבן די לעצטע אותיות, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און דערביי אים געגעבן א מתנה ספר עט סופר מבית גנזיו און אריינגעשריבן ברכות לרוב אלץ הכרת הטוב פאר זיינע פילע נדבות לכל קדשי קהלתינו ומוסדותינו הק', ובמיוחד פארן אויפבויען דעם הערליכן נייעם ספרים שטוב בביתו נאוה קודש.
דער רבי איז געגאנגען הגבה און געטאנצן מיט די אפענע ספר תורה, מיט גלילה איז מכובד געווארן חמיו הרה"ח ר' הערש אלימלך עקשטיין הי"ו, און מיטן אנטוהן דעם כתר תורה, אביו הרה"ח ר' אפרים יוסף עפשטיין הי"ו, דער רבי האט ממשיך געווען מיט די ריקודין, און מכבד געווען צו טאנצן הרה"ח ר' יואל הי"ו און די זיידעס שיחי'. מען האט געענדיגט ארום 8:20,
דערנאך איז דער רבי אריבער צו די סוכה הגדולה פון ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט געלייגט סכך לכבוד יו"ט סוכות, דער רבי האט זיך מטריח געווען בטירחא דגברא רבא און ארויף אויפן הייב מאשין און געלייגט די סכך העכער דעם פלאץ ווי דער רבי זיצט בעת עריכת השלחנות במשך דעם יו"ט, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים און פארן נדבן הסוכה הרבני הנגיד ר' יודא ווייס הי"ו. דער רבי האט פארלאזט די סוכה ארום 8:30.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:35 ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די הילולא קדישא פונעם הייליגן קאזניצער מגיד זיע''א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
