בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ב תשרי תשפ"ז9/23/2026

באריכט
מיטוואך ברכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די בריתן.
- לבן הנולד אצל ר' משולם איסר לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' אלי' פאוועל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' מאיר דוב סאנדעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור בהר"ר אברהם יואל גראסבערג שליט''א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

און די פארמיטאג שעות ארום 1:30 האט רבינו שליט"א פארהערט בביתו נאוה קודש די הונדערטער תלמידי כתה ט' פון ביידע סניפים פון מוסדות קרית יואל אויף מסכת קידושין וואס זיי האבן געלערנט במשך די יאר, און נאך א לענגערע צייט פארהערן אנגעוואונטשן פאר די מרביצי תורה און פאר אלע בחורים.
דערנאך זענען די מנהלים אריין בקו''פ און דער רבי האט אינטערגעשריבן די כתבים וועלכע וועלן פארטיילט ווערן פאר אלע בחורים, און זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 6:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:10 איז פארגעקומען אין ביהמ"ד בביתו נאוה קודש א סיום כתיבת ספר תורה פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א לע"נ זקינו הגה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א, און ווערט אריינגעגעבן דינסטאג - ב' דחוה"מ סוכות אין ביהמ"ד הגדול דקר''י, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר נכדו, ובני משפחתו און פארן גאנצן ציבור, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.
דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם תורה, גלילה איז געגאנגען הר''ר חיים הערש שליט"א, חגירת האבנט: בנו הילד זלמן לייב ני"ו, לבישת המענטעלע: חתנו הרב יעקב יצחק ראטענבערג שליט"א, דער רבי האט אנגעטוהן דעם כתר תורה און געטאנצן מיט די ספר תורה און מכבד געווען הר''ר חיים הערש שליט"א צו טאנצן מיטן ספר תורה. מען האט געענדיגט ארום 9:35.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב, און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

ביים אנקומען אהיים לביתו נאוה קודש האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די פרישע נוי סוכה וועלכע באצירן די סוכה בביתו נאוה קודש און דערביי באדאנקט פאר די עוסקים במלאכת הקודש און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️