בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגו' תשרי תשפ"ז9/17/2026

באריכט
דאנערשטאג האזינו ב' - שלש עשרה מידות מוקדם 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפילה: הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א רב דביהמ''ד הוניאד. מען האט געענדיגט ארום 6:45, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אלי' יואל גאלדשטיין הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר נתן פרידריך הי''ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי און געלייגט רבינו תם תפילין.
דערנאך ארום 11:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו אמירת כל ספר תהילים, בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו. מען האט געענדיגט תהילים ארום 1:30.

פאר קריאת הקרבנות האט דער רבי געזאגט ווידוי הגדול פון רבינו נסים מיט שטארקע בכיות. דערנאך האט מען געליינט די קרבנות, בעל קורא: הגה"צ רב דביהמ''ד הוניאד שליט"א.

דערנאך ארום 2:20 איז דער רבי אנגעקומען צום קוויקוועי לעיק אויף די פארעסט זייט צו אמירת תשליך ברוב עם, דער רבי האט געזאגט די סדר אמירת תשליך בהתעוררות רב, מען האט געענדיגט ארום 2:35.

ארום 6:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"מ ווערטהיימער הי"ו - מנאמני בית רבינו, און הרה"ח ר' אליעזר זעלצער הי"ו, מען האט געמאכט קבלת קנין און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:50 ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:10, און מעריב ארום 11:40.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ חברי קהילת העמשער הייטס פון לעיקוואד בנשיאות הרה"ג ר' נחום בינדער שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די חשיבות פון א בעה"ב וואס איז טרוד על המחיה ועל הכלכלה און איז קובע עתים לתורה יעדן טאג, דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו, און דערביי געגעבן ספרו לב אהרן - פסחים, דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

נאך מעריב האבן די עסקני הקריה איבערגעגעבן א באריכט פאר רבינו שליט"א איבער די ספעציעלע מענער באסעס אין קר"י וועלכע דער רבי האט דערמאנט לשבח ביים שבת שובה דרשה דעם צום גדלי' העעל"ט, די עסקנים האבן ארויסגעברענגט ווי די טעג נאך די דרשה האט זיך אנגעזען א שטארקע העכערונג אין די פאסאנדזשירן אויף די באסעס, און עס איז שוין אריבערגעשטיגן די מספר פון מער ווי טויזענט רייזענדע א טאג, און מען ארבייט אויף צושטעלן מער באסעס און ראוטס צוליב די פארלאנג, דער רבי האט ארויסגעברענגט זיין שטארקע הנאה און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די עסקנים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 321