מיטוואך האזינו ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:40, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' יואל ראובן לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם שמעון ווידער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' חיים אברהם מארמארשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' חיים אליעזר לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאכמיטאג ארום 4:00 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד אבני צדק צום מעמד יציקת הבורות פאר די נייע פארברייטערטע מקוה אינעם ביהמ"ד, דער רבי האט געגאסן די בורות און דערביי געהערט א באריכט פון די הנהלת הקהילה והביהמ"ד איבער די הרחבת גבולי הקדושה פונעם ביהמ"ד.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין איינע פון די חדרי התפילה, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, די הנהלת הביהמ"ד, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען דב"ק אויף 'מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקב"ה מטהר את ישראל' אז אזוי ווי ווי א מקוה איז מטהר אן קיין גבול, אזוי אויך ניצט תשובה אן קיין גבול, במילא איז א יציקת המקוה א פאסיגע זאך פאר די עשי"ת, און מסיים געווען בברכות קדשו פאר די נדבנים און עסקנים.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:50 ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:45 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א און הר"ר יואל ברשא"מ גרובער שליט"א.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:35 און מעריב ארום 11:40.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ עסקנים און די בחורים פון די 'מקימי' ארגענעזאציע מקבל זיין ברכת הקודש לכבוד די ימי הרחמים והרצון, הר''ר איתמר ראזענבוים שליט''א - און ר' שלמה בראך הי"ו מראשי המוסד האבן פארגעשטעלט די פעולות פון די ארגענעזאציע לטובת די חולי ישראל ובני משפחתם, דער רבי האט משמיע געווען ווארימע דברי חיזוק פאר די בחורים און אנגעוואונטשן א רפואה שלימה און ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך זענען אלע בחורים אריבער און דער רבי האט פארטיילט א געבענטשטע מטבע און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר יעדן באזונדער, און דערנאך אנגעוואונטשן פאר די עסקנים.
אויך איז אריין בקודש פנימה הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און מען האט אויסגעשמועסט און איבערגעגאנגען פילע שאלות וואס מאכן זיך יעצט לקראת חג הסוכות הבעל"ט.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
