מאנטאג כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' יצחק אייזיק ברא"י הירש הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל הר"ר יואל ברשא"מ גרובער שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שאול יחזקאל זאב כ"ץ הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד מהרש"א ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל הר"ר בנימין זאב פוקס שליט"א - מנהל כתה ט' פון מוסדותינו הק' מאנסי, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט', דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני משפחתו און פאר אלע בחורים, און משמיע געווען קורצע דב"ק פאר די בחורים און מעורר געווען אויסצוניצן די בחורישע יארן און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 2:00 איז דער רבי אריבער בהיכל המתיבתא סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט דעם ערשטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'חצי שיעור' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה, נאכן סוגיא שיעור האט זיך דער רבי מפלפל געווען מיט די בחורים, מען האט געענדיגט ארום 2:45.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:00 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אברהם שמואל בלייך הי"ו און הרה"ח ר' יצחק ברז"י גאלד הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' שלום אליעזר גראד הי"ו און הרה"ח ר' יעקב מאיר ווייס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' מרדכי ווינקלער הי"ו און הרה"ח ר' משה שלום יאקאבאוויטש הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
- הרה"ח ר' ישראל העניך קרויס הי"ו און הרה"ח ר' דוד שטוהל הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
ארום 9:20 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שמואל לייבוש וויינבערגער הי"ו און הרה"ח ר' דוד שמואל ברמ"י גאלדבערגער הי"ו.
- הרה"ח ר' משה סעגעדין הי"ו און הרה"ח ר' יואל יצחק לעווי הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מצאנז ז'מיגראד שליט"א וועלכע האלט זיך אויף אין די זומער וואכן בשכונת דברי חיים אין קרית יואל המורחבת, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית צאנז און פון הרה"ק מנאסויד זצ"ל וואס איז געווען די יארצייט, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און אנגעוואונטשן פאר חתנו הרה"ג ר' חיים מאיר גרינוואלד שליט"א אבד"ק טעטש ב"פ לרגל נישואי בתו למז"ט קומענדיגע וואך, און דער רבי האט אים ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
