בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי' אלול תשפ"ו8/23/2026

באריכט
זונטאג כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר רובינשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר ישראל ברוך קליינבערגער הי"ו.
- ב"ר מענדל פארקאש הי"ו.
- ב"ר חיים יודא פריעדמאן הי"ו.
- ב"ר שמואל אליעזר חיים פערל הי"ו.
- ב"ר אהרן וויינבערגער הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:40 איז דער רבי אריינגעפארן קיין לינדען ניו דזשערסי צו די חומש סעודה פון תלמידי מוסדותינו הק' אין לינדען וואס איז פארגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין לינדען מיט די באטייליגונג פון די עלטערן און זיידעס פון די קינדער.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:50 און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ג רב דקהלתינו שליט"א און די אנוועזנדע רבנים, פאר די קינדער און גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב''ק איבער די שמחה ווען תשב"ר הייבן אן צו לערנען חומש וואס איז א התחלה פאר אלעס, און מאריך געווען בשבח הקהילה און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך זענען די חתני המקרא אריבער און דער רבי האט פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער, אויך האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די תלמידים פון די עלטערע כתות פון מוסדותינו הק'.

נאך די חומש סעודה איז דער רבי אראפ אויפן הינטערשטן שטאק און זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביים מקוה און היכל התורה און דערביי געהערט א באריכט פון די הנהלת הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 3:30.

דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צו די מקוה טהרה דקהלתינו הק' וועלכע איז אין די טעג פארענדיגט געווארן ברוב פאר והדר, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די גאנצע מקוה מיט אלע הידורים און קובע געווען א מזוזה, און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די עסקנים.

פון דארט איז דער רבי אריבער בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' יעקב יואל ווייס הי"ו, ווי עס איז געווען זמני כניסה בקו''פ פון 3:50 ביז 6:15. ווי פילע אנ''ש תושבי העיר זענען אריין בקו''פ לקראת די ימי הרחמים והרצון.
ביים אנקומען האט דער רבי געטרינקן לחיים לרגל די חנוכת הבית פונעם נייעם דירה, און אנגעוואונטשן פארן בעל אכסניא הרה"ח ר' יעקב יואל הי"ו, פאר זקינו הרה"ח ר' מרדכי ווייס הי"ו, און פאר די גאנצע משפחה.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בשבח פונעם שטאט לינדען, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און עקסטער געוואונטשן א ברכת מזל טוב שטייענדיג אין די ימי השבע ברכות פון נכדו למז"ט.

אויך איז אריין בקו''פ הר"ר נתן דוד אשכנזי שליט"א אב"ד סטאניסלאוו לינדען מקבל זיין ברכת הקודש לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

נאך די זמני כניסה איז פארגעקומען מעמדי חתימת שטרות ווי פילע אנ"ש תושבי לינדען האבן מנדב געווען גרעסערע סכומים לטובת די בנין הת"ת פון מוסדותינו הק', דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט יעדע נדבן באזונדער און מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך איז דער רבי אריבער בביתו החדש פון האברך ר' עמרם פישמאן הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות אויף א כתה בבנין הת"ת פון מוסדותינו הק', עס איז אנוועזנד געווען הרה"ג ר' יושע פרץ שנעבאלג שליט"א אב"ד זידיטשוב לינדען.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו. און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויף איינע פון די טיהרן.
ארום 6:30 האט דער רבי פארלאזט די שטוב און איבערגעלאזט ברכת קדשו פאר ראשי ועסקני קהלתינו ומוסדותינו הק' און אהיימגעפארן קיין קר"י.

ביים אנקומען אין קר''י איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון גינת קליין צום שמחת החתונה פון החתן נכד כ"ק אדמו"ר מראחיסטריווקא שליטא פון ב"פ ונכד האדמו"ר מפאלטישאן שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד צאנז קר"י.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 7:30 מלובש בבגדי שבת, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס האדמורי"ם שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך איז דער רבי מיט געגאנגען צום באדעקן און פון דארט ארויס צום מעמד החופה, דער רבי האט מסדר קידושין געווען און נאך די חופה אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.

ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקוויין שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט זכרונות פון זקינו הרה"ק מסקווירא זצ"ל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און עקסטער אנגעוואונטשן ברכת קדשו לרגל פתיחת בית מדרשו החדש אין אקוויין.

אויך איז אריין בקו''פ הגה"צ אבד"ק גלאגוב שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️