בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ד מנחם אב תשפ"ו7/28/2026

באריכט
דינסטאג עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:45.
- בעל תפילה: ר' הערש אלימלך פריעד הי''ו (קר''י).
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, עס האט זיך פארמירט א שמועס פון זכרונות פון די וואכן וואס רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א האט געוויילט אויף אפרוה אין שעראן ספרינגס.

אין די פארמיטאג שעות האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף שו"ע יו"ד ח"א בביתו נאוה קודש, א קבוצה מצויני תלמידי ישיבה קטנה סניף רב טוב פון קר"י בהנהלת הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א, דער רבי האט א לענגערע צייט פארהערט די בחורים, און דערביי אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וואס מאכן זיך היינט צוטאגס אין די בתי השחיטה סיי ביי די עופות און סיי ביי די בהמות, דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00. בעל תפילה: הב' שמחה ב"ר הערש אלימלך קליין הי''ו (קר''י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר''ת האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️