מאנטאג עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:50. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם ג'ברא הי''ו (קר''י).
- בעל תפילה: ר' שמואל היימליך הי''ו (אנטווערפען).
- פתיחה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
- בעל קורא: הב' שמחה ב"ר הערש אלימלך קליין הי''ו (קר''י).
- כהן: הב' הבר מצוה ב"ר אברהם ג'ברא הי''ו.
- לוי: ר' יחזקאל היימליך הי''ו (מאנסי).
- שלישי: רבינו שליט"א, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה''ח ר' דוד בר"מ שלעזינגער הי''ו (מאנסי) און דער רבי האט זיך באדאנקט.
- הגבה: הרה''ח ר' יואל אשר מאנדעל הי''ו.
- גלילה: הרה''ח ר' דוד שלעזינגער הי''ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע מנהגי תפילה פון א יוצא לדרך.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:55. בעל תפילה: הב' שמחה ב"ר הערש אלימלך קליין הי''ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר''ת האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הב' משה ב"ר זלמן מענדלאוויטש הי''ו (קר''י).
נאך מעריב זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש תלמידי מוסדותינו הק' קרית יואל סניף בנין עצי חיים, דער רבי האט משמיע געווען דברי התחזקות פאר די קינדער און פארהערט די לימודים, דערנאך זענען אלע קינדער אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און דער רבי האט פארטיילט ממתקים און א משניות פאר אלע קינדער, און אנגעוואונטשן פאר די מלמדים און איינגעשטעלטע.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
